top of page


אלפי חסידי צאנז אין שפיץ פון האד' מצאנז פראטעסטירן פארנט פון טורמע 10 קעגן ארעסטן פון צאנזער חסידים
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין א קידוש שם שמים מסוף העולם עד סופו האט אפגעהילכט ביי דער היסטארישער און מאכטפולער מחאה אדירה, ווען טויזנטער חסידי צאנז, זקנים עם נערים, זענען ארויסגעקומען אין די מאסן מוחה זיין קעגן די גזירות הגיוס, ומי ראה את אלה יוצא ולא יוצא – ווען בראש קהל המוחים האט זיך פערזענליך משתתף געווען דער מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א. די מאסן-דעמאנסטראציע איז פארגעקומען פארנט פון די חומות פון דער מיליטערישער תפיס


אלפי חסידי גור ובראשם האד' מגור וועלן ווידער פראטעסטירן פארנט פון טורמע 10 קעגן ארעסט פון גערער בחור
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ווידעראמאל וועלן רבבות חסידי גור זיך ארויסלאזן מארגן צום פון די מיליטערישע טורמע נומער צען, אין צייט וואס די קאמף קעגן די גזירת הגיוס האט זיך ליידער צולאזט אן קיין גבולים ווען בחורי הישיבה ווערן ארעסטירט אין די מאסן, אריינגערעכנט א בחור א תלמיד פון די גערער ישיבה גדולה שפת אמת אין ירושלם. ווען מ'האט מטכס עצה געווען מיט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, האט דער רבי שליט"א געגעבן א קלארן באפעל אז מ'זאל נישט בלויז סטראשען, נאר טון הלכה למעשה א


טויזנטער וועלן פייערן מעמד הודאה מוצאי שבת נחמו אין די קאנטרי בצל האדמור"ים מסקולען פון וומסב"ג און לעיקוואד
מוצאי שבת פ' דברים • ד' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות של שמחה רישן זיך פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי מיטצולעבן דעם כינוס הודאה רבתי לרגל יום הצלה והשחרור פון אדמור"י בית סקולען זי"ע, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גאר געהויבענעם און גרויסארטיגן פארנעם דורך ממשיכי דרכם בקודש כ"ק האחים האדמור"ים מסקולען שליט"א פון וויליאמסבורג און לעיקוואד אין די גיגאנטישע "עטרת ווערטהיימער" זאלן אין די קעטסקילס ראיאן. עס ליגט נאך גוט


האד' מוויזניץ וומסב"ג אויפגענומען בנו יחידו הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א אלס רב ק"ק וויזניץ וומסב"ג אין מאנסי
מוצאי שבת פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערגיסענדע פרייד איז אויפגענומען געווארן צווישן חסידי וויזניץ וויליאמסבורג און צווישן די חסידים תושבי מאנסי בפרט, די ידיעה מרנינה, אז כ”ק אדמו”ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט”א האט אויפגענומען בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א לפאר כבוד אלס רב דחסידי וויזניץ וויליאמסבורג אין שטאט מאנסי, צו שטיין בראש פון די קהילה "תורת מרדכי" אלס דער איש על העדה. דעם דאנערשטאג איז פארגעקומען אין מאנסי דער מעמד יסוד איתן, אין בעפארברי


הונדערטער בני ארץ ישראל האבן מוחה געווען קעגן לשכת הגיוס אין תל השומר געגענט אין ליכט פון מאסיווע "יום גיוס"
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י"ח כהן,JDN הונדערטער שלומי אמוני ישראל זענען דעם מיטוואך, ארויסגעקומען צום געגנט פון די לשכת הגיוס אין תל השומר, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א "יום גיוס" דורכ'ן ציוניסטישן מיליטער, ווען הונדערטער בחורי ישראל זענען פארופן געווארן זיך צו שטעלן פאר די מיליטערישע אויטאריטעטן. א "יום גיוס" איז א טאג ווען די מיליטער שיקט ארויס מאסן פארארדענונגען פאר בחורים אין די גיוס-עלטער זיך צו שטעלן אין די זעלבע טאג. אין די לעצטע ח


האד' מראחמיסטריווקא באזוכט ביי האד' מקאשוי אין מחנה ברכת שמים קאשוי אין אלסטערהייטס
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
bottom of page
