top of page


האד' מוויזניץ בית שמש באזוכט אין באיאנער קלויז אין עמנואל לכבוד ראש חודש מנחם אב
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מווויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכער האט ווי באריכטעט געוויילט די לעצטע וואך אינעם נייעם ישוב עמנואל אויף אפרוה, איז דעם מיטוואך ראש חודש מנחם אב אנגעקומען צו תפילת שחרית אינעם באיאנער קלויז, נאך דער פערזענליכער איינלאדענונג פונעם רב הקהילה הרה"ג ר' מרדכי שלמה פריינד שליט"א. צום דאווענען האבן זיך איינגעזאמלט די פילע אברכי ק"ק באיאן, וואס ציילן שוין היינט קרוב צו א הונדערט משפחות בליעה"ר. דער רבי שליט"א א


כמנהג החתם סופר ותלמידיו: האד' מערלוי רעכט אפ תיקון חצות ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם ליל שישי ערב שבת חזון איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אנגעקומען אין שפיץ פון א עדה חסידים, צום שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי, כמנהגו יעדעס יאר אין די ימי בין המצרים צו זאגן תיקון חצות וואו עס איז געווען נוהג ביי די תלמידי החתם סופר זי"ע, צו קלאגן אויפן חורבן הבית מיט א השתוקקות צום בנין בית השלישי בקרוב בימינו. דער רבי שליט"א האט זיך אראפגעזעצט אויף א נידעריג בענקל, און געזאגט תיקון חצות. דערנאך האט מען געזאגט עטליכע מ


מאסן האבן געווען ציון פונעם צדיקרבי יצחק בן יצחק גברא זצ"ל באקאנט אלס דער צדיק פון עג'ור
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מאסן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן אין די טעג פוקד געווען דעם ציון פון הגה"ק רבי יצחק בן יצחק גברא זצ"ל באקאנט אלס דער צדיק פון עג'ור מגדולי חכמי תימן, וועלכע ליגט אינעם אראבישן דארף עג'ור, נישט ווייט פון בית שמש, און זיין ציון איז אין די לעצטע יארן נתפרסם געווארן אלס א מקום קיבול תפילות און פילע וואונדערליכע מעשיות ווערן דערציילט ארום זיין ציון וואו אידן ווערן געהאלפן מיט ישועות עד להפליא. דער בעל הילולא ר' יצחק גברא איז ארו


שידוך שליסן פון נכד האדמור"ים ממשכנות הרועים און טעמשיוואר עב"ג הכלה נכדת הגרא"י אולמאן חבר הבד"ץ
מוצאי שבת פ' דברים • ד' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי. פ. דעם דאנערשטאג איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטעמישוואר שליט"א, א זון פון זיין זון הגה"צ רבי שלום לייפער אבד"ק דינוב בית שמש איידעם פון הגה"צ רבי ברוך יודא וואגשאהל אבד"ק לאנצהוט בית שמש איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יהודה לייב שווארץ שליט"א ר"מ בישיבת חכמת התורה אין ירושלים זון פון הרה"ג ר' חיים אריה שווארץ זצ"ל יו"ר וועד נא


כְּשֵׁם שֶׁנִּכְנַס לַבְּרִית • שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מטשערנאביל
מוצאי שבת פ' דברים • ד' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א, זון פון הרה"צ ר' מנחם נחום טווערסקי שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין טשערנאבילער בית המדרש אין בארא פארק.


בשורה טובה: האד' מאוזרוב בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א שבח והודאה להשי"ת האבן חסידי אוזרוב אויפגענומען די בשורה טובה, אז כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א איז דעם פארגאנגענעם פרייטאג ערב שבת באפרייט געווארן פון שפיטאל און האט זיך צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אין בני ברק, נאכ'ן ליידן פון א שווערע הארץ-אטאקע דעם פארגאנגענעם אנהייב וואך. דער רבי שליט"א איז במשך די וואך געווען שפיטאליזירט אונטער די אויפזיכט פון די דאקטוירים אין די תל השומר שפיטאל. בחסדי שמים האט זיך דער מצב ביסלעכווייז פארבע
bottom of page
