מאסן האבן געווען ציון פונעם צדיקרבי יצחק בן יצחק גברא זצ"ל באקאנט אלס דער צדיק פון עג'ור
- 19 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מאסן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן אין די טעג פוקד געווען דעם ציון פון הגה"ק רבי יצחק בן יצחק גברא זצ"ל באקאנט אלס דער צדיק פון עג'ור מגדולי חכמי תימן, וועלכע ליגט אינעם אראבישן דארף עג'ור, נישט ווייט פון בית שמש, און זיין ציון איז אין די לעצטע יארן נתפרסם געווארן אלס א מקום קיבול תפילות און פילע וואונדערליכע מעשיות ווערן דערציילט ארום זיין ציון וואו אידן ווערן געהאלפן מיט ישועות עד להפליא.
דער בעל הילולא ר' יצחק גברא איז ארויף קיין ארץ ישראל פון תימן בשנת תש"ט אינאיינעם מיט א גרעסערע קבוצה אנהענגער, און זיך באזעצט אינעם פארלאזטן אראבישן דארף עג'ור נישט ווייט פון בית שמש. ער האט איבערגעלאזט צוואה אז מען זאל אים באערדיגן אין דעם חצר פון זיין הויז, און אזוי האט מען געטון. פון יאר צו יאר וואקסט דער ציבור העולים לציון בפרט אין די טעג ארום די יארצייט וואס געפאלט אין טאג פון כ"א תמוז, אויך דאס יאר האט זיך אנגעזעהן א שטראם פון אלפים ורבבות אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל ביים ציון, ווי די עסקנים האבן צוגעשטעלט טעימה קלה און אלע אנדערע הצטרכיות'ער צושפרייט אין באזונדערע גרויסע שאטערס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן הארט נעבן דעם ציון און איז געשטאנען אין דינסט פאר די צענדליגער טויזנטער עולים.
נאכדעם וואס די אראבישע שכנים האבן אין די לעצטע יארן פרובירט צו צושטערן די הילולא, און טאקע פאריאר איז די פאליציי געווען געצווינגען אפצושפארן דעם גאנצן מתחם הציון אין די טעג ארום די יארצייט, האבן די עסקנים היי יאר ערלעדיגט א צוגענגליכע וועג אריין און ארויס צום ציון פון ארום דעם דארף, אנדעם וואס מ'זאל דארפן אריינגיין אינעם דארף און שטערן די ארומיגע אראבישע שכנים.
די נייע שביל האט זיך ארויסגעשטעלט א הצלחה למעלה מן המשוער, שאטלס האבן קורסירט דורכאויס דעם גאנצן מעת לעת און אידן פון אלע סארטן, חסידישע, ליטווישע און ספרדישע צוגלייך, האבן געשטראמט צום ציון הק' רונדע דעם זייגער. עס זענען פארגעקומען מערערע מעמדי תפילה ובקשת רחמים לביטול רוע גזירת הגיוס און די רדיפת הדת אין ארץ ישראל בכלליות, און מערערע ספרדישע מקובלים האבן דורכגעפירט מעמדי פדיון נפש און תיקונים, בעת לאנגע שורות פון טויזנטער אידן שלענגלען זיך דורך ביים ציון אונטער א מוסטערהאפטיגע סיסטעם קאארדינירט דורך היימישע עסקנים און סדרנים, וועלכע האבן זיכער געמאכט אז יעדער האט די מעגליכקייט אנצוקומען צום ציון און שופך שיח זיין בדבר ישועה ורחמים.
בליל ההילולא איז פארגעקומען א פראכטפולע סעודת הילולא הארט נעבן דעם ציון הק' מיוחד פאר די חשובע נגידים וואס האבן גענומען א חלק אין די גרויסע הוצאות ההילולא און בפרט די נייע מתחם און דער שביל ארום דעם ציון וואס האט אפגעקאסט א הון תועפות.
















תגובות