top of page


גרויס התעוררות ביי הילולא קדישא פון הרה"ק מבאבוב זי"ע בצל נכדו ממשיך דרכו האד' מבאבוב 45
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לאנטשווסקי טויזנטער חסידים האבן מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם טאג, ראש חודש מנחם אב, יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצוק"ל, בצילא דמהימנותא פון נכדו ממשיך דרכו בקודש, כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א. דינסטאג ביינאכט, בליל הילולא קדישא נאך מעריב, איז געווען א געלעגנהייט אריינצוגיין בקודש פנימה מיט קוויטלעך לברך ולהתברך לרגל האי יומא רבא. אין ביהמ"ד הגדול איז פארגעקומען אן אינהאלטסרייכע חסידים מס


יערליכע באזוך פון האד' מסקווירא מב"פ אין "מחנה סקווירא" אין וואודריזש
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פון ב"פ האט פאריגן שבת פ' מטות מסעי אפגעשטאט די יערליכע באזוך אין די יונגל קעמפ 'מחנה סקווירא' אין וואודרידזש און דארט געפראוועט א דערהויבענע שבת מיט די באטייליגונג פון די תושבי המחנה. פרייטאג נאכמיטאג ביים אנקומען אין קעמפ האבן די ילדי תשב"ר און בחורי חמד אפגעווארט דעם רבי'ן מיט פענער אין די הענט און האבן געזינגען ניגוני שמחה. דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין די אודיטוריום ווי עס א


נאסטאלגיע • מעמד חנוכת הבית צום תלמוד תורה סלונים אין בני ברק בראשות הרה"ק הנתיבות שלום מסלונים זי"ע | יומא דהילולא
מיטוואך פ' ויקרא • ד' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש


שלוחי דרבנן ר' שמעון שישא יו"ר מרכז עזרה וייעוץ אדרעסירט וויכטיגע אסיפה אין חצה"ק ראחמיסטריווקא איבער סכנת הגיוס
זונטאג פ' ואתחנן • ה' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דאנערשטאג איז אפגעהאלטן געווארן א וויכטיגער אסיפה אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים, געאייגענט פאר אלע תלמידי הישיבה גדולה אויף וועם עס דרויעט א באלדיגע סכנה אריינצופאלן אין די טמא'נע נעגל פון די מיליטערישע פאליציי. ביים אסיפה איז געהערט געווארן די ווערטער פון דער שלוחי דרבנן העסקן הרב שמעון שישא יו"ר מרכז עזרה וייעוץ וואס איז שטארק אריינגעטוהן אין די נושא פון גיוס, שטייענדיג בראש המערכה. ר' שמעון הי"ו האט אויסגעשמועס


היו מסובין בבני ברק: גדולי ישראל ביי וויכטיגע כינוס פאר מנהלי תלמודי תורה מחזק צו זיין מלמדי תשב"ר
מוצאי שבת פ' דברים • ד' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א וויכטיגע כינוס איז אפגעהאלטן געווארן דעם ליל שישי אין בני ברק וואו עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער מנהלי תלמודי תורה פון איבער גאנץ ארץ ישראל, בראשות גדולי ישראל מרנן ורבנן ראשי הישיבות שליט"א, צו באהאנדלען די שווערע קריזיס וואס פלאגט די ערליכע תלמודי תורה, און דעם שווערן מאנגל אין מלמדים. בראש הכינוס זענען געזעסן מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, און מרן ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז מעיין אין דעם קונטרס "איש על העדה", וואס איז ערשינען לכבוד הילולא קדישא פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טוביה, אהיימפארנדיג פון דער יארצייט סעודה היינטיגן ליל שישי. (קרעדיט: יחיאל רייכמאן) ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א ביים בענטשן דעם קליינעם יתומ'ל, זון פון האברך החשוב ר' עקיבא ראנד ז"ל, וואס איז טראגיש אומגעקומען אין א קאר עקסידענט אין קעשינוב, מאלדאווע, נאכן מנח
bottom of page
