top of page


ווידיאו • מחאה אדירה דורך רבבות חסידי גור פארט פון 'כלא 10' קעגן ארעסטן אויף בחורי הישיבה
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מוויזניץ שרייבט אונטער אויף 'מצוה צעטיל' פון אור אייניקל נאכן פארהערן לימודי ת"ת
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג אינדערפרי האט איינע פון די מלמדים פון תלמוד תורה וויזניץ אשדוד ערהאלטן א איבערראשענדע מצוה צעטיל פון איינס פון זיינע תלמידים, אן אור אייניקל פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א לרפו"ש, וואס איז געווען אונטערגעשריבן בחתימת יד קדשו פון זיין עלטער זיידע דער וויזניצער רבי ווי ער איז מעיד אויף דעם הצטיינות פון זיין באליבטן אייניקל נאכן אים פארהערן אויף גאנץ מסכת ברכות. ווי שוין איינגעפירט אין אלע דורות, קומען די קינדער אין חדר נא


שמחה עצומה אין סאדיגורא: בן זכר למזל טוב געבוירן ביי האד' מסאדיגורא
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א שטראם פון שמחה האט יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל ארומגענומען חסידי סאדיגורא בכל מקום שהם, מיט די בשורה משמחת איבער די געבורט פון א בן זכר למזל טוב ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. דער ניי-געבוירן קינד איז דער פינפטער קינד ביים רבי'ן שליט"א בלי עין הרע, זייענדיג נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט פונעם הייליגן דינאסטיע לבית רוזשין סאדיגורא ציהט זיך ווייטער לשם ולתפארת. דעם קומענדיגן שבת ואתחנן - שבת נחמו וועט פארקומען דע


אלפי ישראל וועלן זיך מיטפרייען ביי סעודת הודאה פון צדיקי בית סקולען בחצר הקודש סקולען מאנסי
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי שמחה גרייטן זיך אלפי תושבי ניו יארק און בפרט תושבי מאנסי והגלילות אפצוגעבן א שבח והודאה להשי"ת אויף די גרויסע חסדים בהצלת צדיקי בית סקולען זצוק"ל, ביי די גרויסארטיגע סעודות הודאה וואס וועט אפגעראכטן ווערן בחצר הקודש סקולען אין מאנסי. דער זמן פון "מוצאי שבת נחמו" גייט שוין יארן לאנג סינאנים ביי חסידים ואנשי מעשה, מיטן נאמען "סקולען" זייענדיג די גורל'דיגע נאכט ווען דער ראש השושלת כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצוק"ל


היסטארישע אנטדעקונג פון עיר קבורת רש"י הק' דורכאויס נסיעה פון ישיבת וויזניץ לאנדאן צו מקומות הק' אין פראנקרייך
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג ווערט באקאנט א היסטארישע אנטפלעקונג איבער די שטאט וואו דער רבן של ישראל, דער הייליגער רשי ז"ל, ליגט באהאלטן, וואס איז ביז'ן היינטיגן טאג געווען מוטל בספק, און ס'איז געווען באצייכנט אלס "לא נודע קבורתו", אבער אצינד איז דאס פעסטגעשטעלט געווארן מיט א הונדערט פראצענטיגע קראנטקייט. ווי באקאנט איז רש"י הק' געבוירן געווארן און געוואוינט רוב יארן אין שטאט טרויש, פראנקרייך, וואס דארט האט ער אויפגעשטעלט זיין ישיבה און געש


כך מעשהו בשניה: רבבות חסידי גור אין שפיץ פון האד' מגור ווידער ארויסגעקומען מוחה זיין ביי 'טורמע 10'
מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' האבן זיך ווידעראמאל שווערע טויזענטער חסידים פאראייניגט אויף אן עצרת תפילה ומחאה אדירה פארנט פון די מיליטערישע טורמע נומער 10 אין ארץ ישראל, אין ליכט פון די פרישע ארעסטן אויף אומשולדיגע בחורים און אינגעלייט, אינצווישן זיי א תלמיד פון די גערער ישיבה שפת אמת אין ירושלים, על לא עוול בכפו, בלויז פארן איינציגסטן חטא זיך נישט שטעלנדיג צום טמא'נעם מיליטער, אויספאלגנדיג די דעת תורה
bottom of page
