top of page


המשפיעים נועדו: שמחת הברית פון נכד הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן בבית מדרשו פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב איז היינט פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אייניקל פונעם משפיע, בן הנולד ביי זיין זון הרה"ג ר' גדלי' זילבערבערג שליט"א. בהדרת כבוד האט מען ענטפאנגען די זקני ירושלים נקיי הדעת, דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב און המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירטה שליט"א. דער משפיע רבי צבי מאיר האט זיך ב


האד' מהארדענקא אריבערגעפירט קיין קליוולאנד פאר באהאנדלונגען; זארג איבער פארערגערונג אין מצב הבריאות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש דורכאויס די לעצטע מעת לעת איז ליידער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכער געפונט זיך שוין ליידער אין שפיטאל א לענגערע צייט און איז אנגעוואנדן אויף רחמי שמים. פארלאפענעם וואך האט מען אויף די רעקאמענדאציע פון די דאקטוירים אריבערגעפירט דעם רבי'ן קיין קליוולאנד, וואו עס געפונט זיך איינע פון די מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער, צוזאמען מיט א ספעציעלן ריהעב צענטער, מיטן האפענונג א


פערטע יארצייט פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טובי' אפגעצייכנט אין ירושלים עיה"ק
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי פארלאפענעם דאנערשטאג ב' אב האט דאס יהדות החרדית אפגעצייכנט מיט גרויס געגועים די פערדע יומא דהילולא פון מרא דארעא קדישא הגה"ק רבי יצחק טובי' ווייס זצ"ל גאב"ד ירושלים ובעל "שערי טובי'", וועלכער איז נסתלק געווארן ביום ב' מנחם אב תשפ"ב. טראץ וואס ס'איז שוין פארביי גאנצע פיר יאר זינט די הסתלקות פון דעם גאון וצדיק, איז דער פארלוסט נאך אלץ פריש און דער גרויסער חלל אינעם ישוב הישן שפירט זיך שטארק אין אלע קרייזן,


מקח געשלאסן אויף גרויסן בנין אין אנטווערפן פאר נייעם ביהמ"ד דחסידי וויזניץ בנשיאות האד' מוויזניץ לאנדאן
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות איז אויפגענומען די פרייליכע בשורה צווישן חסידי וויזניץ אין שטאט אנטווערפן, ההולכים לאורו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, איבער דעם מקח אין וועלכן מען איז אריין בשעה טובה, אפצוקויפן א בנין רחבת ידים אין הארץ פון דער היימישער געגנט אין אנטווערפן, וואו עס וועט בעזרת השם אויפגעבויט ווערן דער נייער וויזניצער בית המדרש, על שמו ולזכרו פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל. שוין עטליכע יאר וואס די וויזניצער אינג


אויסגאבע טישל • פרשת ואתחנן
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


הילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע אפגעצייכנט דורך המוני חסידי באבוב בצל בנו האד' מבאבוב
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברמי ברגר מיט גרויס התעוררות איז פארגאנגענעם ראש חודש אב אפגעצייכנט געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם רבן של ישראל, כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל, דורך די טויזנטער תלמידים וחסידים, בצל הקודש פון בנו חביבו וממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. היי יאר איז ערשינען לאור עולם דער זיבעטער און לעצטער באנד פון דעם ספה"ק "דברי שלמה" על התורה, אויף סדר דברים. אינעם ספר האט דער באבובער רב שליט"א אריינגעשריב
bottom of page
