top of page


צענדליגער שוחטים פון די עדה החרדית געצייגט זייער חלפים פארן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א
מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער כמידי שנה בשנה אין די טעג פון עשרת ימי תשובה זענען ארויפגעקומען למעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל תשובות והנהגות די צענדליגער שוחטים ובודקים פונעם "וועד השחיטה שע"י העדה החרדית", וואו דער פוסק הדור האט בודק געווען די "שחיטה מעסער'ס" פון אלע שוחטים, סיי פון די שוחטים א גאנץ יאר און בפרט די שוחטים וועלכע שטייען ביים מנהג הכפרות אום ערב יום הקדוש. דער גאון האט א לענ


בין כסא לעשור: יערליכע נסיעה פון גאב״ד מאקאווא צום מערת המכפלה
מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN כמידי שנה בשנה אין די טעג בין כסא לעשור האט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אונטערגענומען א נסיעה צו די קברי אבות לעורר זכות ישני עפר אין די ימים המסוגלים. מיטוואך נאכמיטאג האט דער רב שליט"א פארלאזט מקום מגוריו אין קרית אתא אויפן וועג קיין בית לחם אויף א תפילה ביים קבר רחל אמנו וואו עס האבן שוין אפגעווארט פילע חסידים ואנשי מעשה פון אלע שטעט, מען האט דארט געזאגט מזמורי תהילים און דער רב שליט"א האט געל


כלל ישראל באוויינט הסתלקות פון חסידא ופרישא הגה"צ רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל אבד"ק אביר יעקב תל אביב
מוצאי שבת פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טיפן ווייטאג ווערט פארשפרייט די שווערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק מפורסם, חסידא ופרישא, מפארי וזקני הרבנים בארץ הקודש, הגאון הצדיק רבי מרדכי אויערבאך זצ"ל, רב קהל "אביר יעקב" אין תל אביב, וועלכער איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, אין עלטער פון 84 יאר איבערלאזנדיג א ריזיגער חלל און אן אבידה שאין לה תמורה לדאבון לב כל בית ישראל. דער רב זצ"ל איז געבוירן געווארן י"ד שבט שנת תש"ב אין שכונ


עשה למען תינוקות של בית רבן: אלפי ילדי תשב"ר ביי יערליכע עצרת תפילה בין כסא לעשור אין שטאט בארא פארק
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י,JDN טויזענטער ילדי תשב"ר פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי און ארום, האבן זיך דעם מיטוואך מיטאג בחצות היום צוזאמגענומען אויף די יערליכע עצרת תפילה ברוב עם הדרת מלך, איינצורייסן וועלטן ביים בורא כל עולמים אין די דאזיגע מסוגל'דיגע טעג, בפרט אויף חולי ישראל וועלכע זענען אנגעוויזן אויף א ישועה. צום 31'סטן יאר אין די רייע, איז די ריזיגע עצרת צוגעשטעלט געווארן דורך די בארימטע מתעסקים ארגענעזאציע, מיסו


המלכים נועדו: ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א וועלכער איז דעם מיטוואך אנגעקומען אויף א לענגערן ביקור הוד אין עיה"ק ירושלים, האט אפגעשטאט א באזוך במעון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים, דינענדיג אויך אלס ביקור גומלין נאכן היסטארישן באזוך פונעם גערער רבי'ן ביים ראש ישיבה מיט אנדערהאלבן יאר צוריק. די צוויי רועי ישראל האבן פארברענגט בנועם שיח פאר ארום צוואנציג מינוט און זיך ווארעם געוואונטשן בברכת השנים. נ


וזוכר חסדי אבות: האד' מוויזניץ ירושלים איז מתפלל על קברי אבותיו אין בני ברק
פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארצינו הקדושה לכבוד די הייליגע טעג, איז דעם מאנטאג אינדערפרי ארויסגעפארן קיין בני ברק אויף א תפילה אינעם אוהל הקדוש פון אדמו"רי בית וויזניץ, וואו דער רבי האט אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהלים און דערנאך געמאכט א מי שברך לחולה פאר מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנטשעסטער, וועלכע זענען אנגעוויזן אויף תפיל
bottom of page
