top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עשה למען תינוקות של בית רבן: אלפי ילדי תשב"ר ביי יערליכע עצרת תפילה בין כסא לעשור אין שטאט בארא פארק

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י,JDN

טויזענטער ילדי תשב"ר פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי און ארום, האבן זיך דעם מיטוואך מיטאג בחצות היום צוזאמגענומען אויף די יערליכע עצרת תפילה ברוב עם הדרת מלך, איינצורייסן וועלטן ביים בורא כל עולמים אין די דאזיגע מסוגל'דיגע טעג, בפרט אויף חולי ישראל וועלכע זענען אנגעוויזן אויף א ישועה.


צום 31'סטן יאר אין די רייע, איז די ריזיגע עצרת צוגעשטעלט געווארן דורך די בארימטע מתעסקים ארגענעזאציע, מיסודו פונעם בארימטן עסקן הרב יענקי מייער ע"ה.


ביים גרויסן כינוס וואס איז פארגעקומען אין די גרויסע בעלזער זאל אין בארא פארק, האבן זיך צונויפגעזאמלט טויזענטער קינדער פון פילע מוסדות התורה איבער ניו יארק, אין צוגאב צו נאך מוסדות התורה וואס זענען זיך צוזאמגעקומען אין אנדערע שטעט. די מעמד איז  פארגעקומען ווי יאר יערליך אין שפיץ פון גדולי אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבלאזוב שליט"א, גאב''ד קארסלבורג, הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא ב"פ, אב''ד שומרי שבת, און נאך.


א דרשה נלהבה איז געהערט געווארן דורך דער מגיד מפורסם הרב פישל שעכטער שליט"א, פרקי תהילים איז פארגעזאגט געווארן בהתעוררות רב דורך הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק,  נאכגעפאלגט מיט אבינו מלכינו פארגעזאגט דורך הגה"צ  גאב''ד קארסלבורג שליט"א. צום שלוס האט כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים, וואו די הבל פיהם של תינוקת של בית רבן האט ווי געשפאלטן הימלען, מיטן האפענונג אז מען האט גע'פועל'ט אלעס גוטס.   



תגובות


bottom of page