top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התעוררות ביי הילולא קדישא פון הרה"ק מבאבוב זי"ע בצל נכדו ממשיך דרכו האד' מבאבוב 45

  • 20 ביולי
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשווסקי

טויזנטער חסידים האבן מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם טאג, ראש חודש מנחם אב, יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצוק"ל, בצילא דמהימנותא פון נכדו ממשיך דרכו בקודש, כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.


דינסטאג ביינאכט, בליל הילולא קדישא נאך מעריב, איז געווען א געלעגנהייט אריינצוגיין בקודש פנימה מיט קוויטלעך לברך ולהתברך לרגל האי יומא רבא. אין ביהמ"ד הגדול איז פארגעקומען אן אינהאלטסרייכע חסידים מספרים צונויפשמועס, וואו די משמשים בקודש און מקורבים פונעם בעל ההילולא, הלא המה הרה"ח ר' משה אליעזר גריפעל, הרה"ח ר' יוסף אייזיק גריפעל, און הרה"ח ר' חיים אלישע אייזן, האבן ארומגעשמועסט ערשטהאנטיגע זכרונות און געשיכטעס פונעם בעל ההילולא, במיוחד פון די תקופות ווען ער האט געוויילט אויף אפרו במשך דעם יאר.


מיטוואך אינדערפרי, ביומא דהילולא קדישא, איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין בית המדרש הגדול, ווי דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל, און צוגעשיקט די אייניקלעך פון דעם בעל ההילולא צו שחרית און מוסף.


מיטאג צייט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו צום באבובער בית החיים אין ניו דזשערסי, ווי די תלמידי הישיבה זענען אריינקומען צו פארן פון די קעמפס, מיצוהאלטן דעם עלי' לציון. פאר'ן אריינגיין אין אוהל הק', האט דער רבי שליט"א געמאכט די ברכה פון מחיה מתים, און דערנאך אריין אינעם אהל וואו דער רבי האט געצינדן די לעכט, און געזאגט די תפילה פון מענה לשון, און דערנאך מיט א קול חוצב פארגעזאגט די אכצן קאפיטלעך תהלים מיט גרויס התעוררות.


נאך די יהי רצון האט הגה"צ ר' שמעון גאלדבערגער שליט"א אבד"ק ביקאווסק נכד בעל ההילולא, געזאגט דעם קדיש, און דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א משתטח געווען אויפ'ן ציון א לענגערע צייט. דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן ביים ציון ביז 5:00 נאכמיטאג און געליינט הונדערטער קוויטלעך פון די חסידים להיפקד בדבר ישועה ורחמים. איידער'ן פארלאזן דעם בית החיים האט דער רבי שליט"א מפריש געווען צדקה לטובת צדקת ארה"ק ד'באבוב 45.


שפעטער פארנאכטס איז דער רבי שליט"א ערשינען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, און נאך מנחה איז פארגעקומען די סעודת הילולא רבתי במקהלות עם רב אלפי חסידי באבוב 45, וואס זענען אריינגעקומען פון אלע שטעט און פון די קאנטרי בערג.


נאכ'ן וואונטשן לחיים האט דער רבי שליט"א פארגעזונגען "ברכי נפשי" לכבוד ראש חודש. דאן האט הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א געמאכט דעם סיום הש"ס. און דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מסכת ברכות, און מען האט אויפגעגעבן א פליישיגע סעודה בשעת מען האט געזונגען די ניגוני קודש פונעם בעל ההילולא.


נאכ'ן שטעלן משקה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' שמעון גאלדבערגער שליט"א, אב"ד ביקאווסק, מיט'ן ניגון "היה עם פפיות" וואס איז פארפאסט געווארן דורכן בעל ההילולא, און דער גאנצער ציבור האט איבערגעזונגען דעם ניגון עטליכע מאל מיט גרויס השתוקקות.


דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען די צענטראלע דברות קודש, וואו ער האט מאריך געווען איבער די עבודת ה' פון בעל ההילולא, און פארציילט פערזענליכע עובדות און זכרונות וואס ער האט געהאט די זכי' מיטצוהאלטן במשך השנים. בין הדברים האט דער רבי שליט"א נאכגעזאגט א שמועס וואס דער רבי שליט"א האט געהאט פארצייכנט אלס בחור בשנת תשל"ז, ווען דער רבי שליט"א האט געלערנט אין די באבובער מתיבתא ביים זיידן, דער בעל ההילולא.  דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב לכל העם הנאספים, מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס בהאי יומא רבא, און דערמאנט די שווערע גזירות וואס כלל ישראל גייט אדורך, בפרט די גזירת גיוס בני הישיבות וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל אין ארץ הקודש, ווי די רשעים, די שונאי הדת, לאזן נישט נאך.


דער רבי שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אדורך מקבל זיין כוס של ברכה, און א גרויסער ציבור איז אדורך זיך געזעגענען איידער'ן זיך צוריקצוקערן צו די קאנטרי. שפעטער ביינאכט איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן צום מחנה מתיבתא באבוב 45 אין פארקסוויל וואו דער רבי וועט פארוויילן דורכאויס די זומער וואכן בקרב תלמידי הישיבה.



תגובות


bottom of page