היו מסובין בבני ברק: גדולי ישראל ביי וויכטיגע כינוס פאר מנהלי תלמודי תורה מחזק צו זיין מלמדי תשב"ר
- 19 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שבת פ' דברים • ד' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א וויכטיגע כינוס איז אפגעהאלטן געווארן דעם ליל שישי אין בני ברק וואו עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער מנהלי תלמודי תורה פון איבער גאנץ ארץ ישראל, בראשות גדולי ישראל מרנן ורבנן ראשי הישיבות שליט"א, צו באהאנדלען די שווערע קריזיס וואס פלאגט די ערליכע תלמודי תורה, און דעם שווערן מאנגל אין מלמדים.
בראש הכינוס זענען געזעסן מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, און מרן ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבודקא, הגה"צ רבי דן סגל שליט"א, הגאון רבי שרגא שטיינמן שליט"א, הגאון רבי חיים פיינשטיין שליט"א, הגה"צ רבי בנימין פינקל שליט"א משגיח ישיבת מיר, הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א, צוזאמען מיט נאך רבנים ומנהיגי הקהילות איבער'ן לאנד.
די גדולי ישראל האבן ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' און אחריות וואס ליגט אויפ'ן מלמד, אלס דער וואס לייגט אראפ דעם יסוד פון תורה, יראת שמים און מדות טובות ביי די קינדער, און האבן גערופן אויף מלמדים נישט זיך צו לאזן איבעררעדן דורך מוסדות וואס ווערן נישט געפירט על פי דעת תורה, אריינגערעכנט די מוסדות אונטער דעם ציוניסטישן חינוך ממלכתי חרדי, וועלכע זוכן פאר גרויס געלט אריינצוכאפן ערליכע מלמדים בעד בצע כסף.
אין צוגאב האבן די גדולי ישראל מחזק געווען מנהלי המוסדות, עלטערן און נדיבים צו טון אלעס מעגליך צו העכערן די געהאלט פון די מלמדים און בכלליות צו מעריך זיין די כלי קודש, כדי צו פארזיכערן א שטארקע און געזונטע עתיד פאר'ן חינוך פון די קומענדיגע דורות.





















תגובות