top of page


גרויס התעוררות ביומא דהילולא פון הרה"ק רבי אלעזר מריישא זי"ע; סעודת הילולא אין נייעם בנין הכנסת אורחים אין סאקאלאוו
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות איז געפראוועט געווארן די הילולא קדישא של האי צדיק וקדוש פועל ישועות ונפלאות הרה"ק רבי אלעזר מריישא זי"ע, וואס איז אויסגעפאלן פארגאנגענעם וואך, ט"ו לחודש תמוז, און ווי יאר-יערליך איז דערביי פריש נתעורר געווארן זכרו של אותו צדיק פון וועמען עס זענען ליידער נישט געבליבן קיין דורות. מוצאי שבת פאר די הילולא איז פארגעקומען די צענטראלע סעודת מלוה מלכה באולם הגדול "בנין שמעי'" אין קרית ויואל משה (איחוד) אין מאנטיסעלא, ווא


האד' מוויזניץ ירושלים טרעט אויף מיט א דרשת חיזוק אין ראם פון ארגון שיעורי תורה אין בארא פארק
פרייטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק. י . ,JDN כמידי שנה בשנה אין די ימי בין המצרים האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשת התחזקות אין ראם פון אירגון שיעורי תורה, אין ביהמ"ד קארלין סטאלין אין בארא פארק, היי יאר האט דער רבי ארומגערעט איבער עניני בין אדם לחברו און ארום קדושת ביהמ"ד, וואו דער ציבור האט געשלינגען מיט דורשט די דברי פי חכם חן.


גרויסער סעודת הילולא פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע אפגעראכטן אין קרית באבוב - בת ים
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר איבער די גאנצע וועלט אין אלע באבובער בתי מדרשים האבן זיך די חסידים צוזאמגענומען סעודות הילולא לכבוד די יארצייט פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע וואס איז אויסגעפאלן ראש חודש אב. אין ארה"ק איז פארגעקומען די צענטראלער סעודת הילולא אינעם קריה נאמנה וואס דער בעל ההילולא האט אויפגעבויעט בדם לבבו, קרית באבוב בת ים, וואו עס זענען געהערט געווארן הערליכע דרשות דורך הגה''צ אבד"ק קרית באב


שמחת הברית פון אייניקל ביי האד' מוויען און אבד"ק שומרי שבת פארגעקומען אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם די וואך האבן די תלמידים אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען אין לאק שעלדרעק זוכה געווען מיטצוהאלטן א שמחה במעון הקודש פונעם מנהיג העדה כ''ק האדמו''ר מוויען שליט''א ביים שמחת הברית פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרב ישעי' טירנויער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יצחק אייזיק טירנויער שליט"א אבד"ק שומרי שבת. די זיידע האדמו''ר מוויען איז געווען מוהל. מיט סנדקאות איז מכובד געווארן די זיידע הגה"


מחנה דברי יואל: האד' מראחמיסטריווקא באזוכט ביי האד' מסאטמאר
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN אין די טעג ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וויילט אין די מחנות הקיץ דחסידי ראחמיסטריווקא אין גרינפילד פארק, ניו יארק, האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט אפצורעכטן ביקורי נימוסין בבתי אדמו"רים אויף די קעטסקיל בערג. בראש ובראשונה האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א במעון קדשו אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס בדברי ת


שיינער שמחת האירוסין פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א | בילדער
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת האירוסין לרגל די שידוך שליסן פון החתן א זון פון הגה"צ ר' ברוך האגער שליט"א אבד"ק קהל יראים אשדוד, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד וויען עסטרייך, מיט די כלה א טאכטער פון הנגיד הרב פישל בלאך שליט"א פון ירושלים זון פון הרה"ח ר' יונטל בלאך שליט"א נאמן בית אדמור"י ספינקא.
bottom of page
