top of page


ווידיאו • וועכענטליכע ליל שישי שיעור פון הרה"ג רבי מרדכי הערש שפיטצער שליט"א | פרשת דברים
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


טויזנטער ביים מסע הלוי' פון הגאון הגדול רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל מייסד וראש ישיבת "תפארת משה" אין מאנסי
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN מיט פארקלעמטע הערצער האבן טויזנטער תלמידים, מעריצים און תושבי מאנסי אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביים באגלייטן למנוחת עולמים דעם ארון פון הגאון הגדול רבי מרדכי הכהן בעק זצ"ל מייסד וראש ישיבת "תפארת משה" אין מאנסי וועלכער איז נעכטן דינסטאג פלוצים נסתלק געווארן אין עלטער פון אכציג יאר, איבערלאזנדיג א שווערן בראך און א טיפן חלל פאר די הונדערטער תלמידים ושומעי לקחו וואס קענען זיך נאך נישט בארואיגן פון דעם פלוצימ


שאלו שלום ירושלים: האד' מצאנז זוועהיל איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ארה"ק
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דורכאויס דעם באזוך פון כ''ק האדמו''ר מצאנז זוועהיל שליט"א אין ארץ ישראל, לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט מתפלל צו זיין ביי די מקומות הקדושים.דאנערשטאג חוקת בלק האט דער רבי זיך משתטח געווען אויף די ציונים הקדושים אין גליל און מעתיר זיין בבקשות ותחנונים על הכלל ועל הפרט. די דברי התעוררות ביי די ציונים הקדושים, די תהלים בהשתפכות הנפש, און די בקשות ותחנונים איז געווען א חטי


מעמד לחיים און סיום משניות ככלות השלושים לפטירתו פון הגה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל בן האד' מוואסלוי וחתן האד' מבוהוש
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ככלות השלושים נאך די פריצייטיגע פטירה פון פרי עץ חיים הגה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל, רב בית המדרש וואסלוי אין בני ברק, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, איז נעכטן דינסטאג אפגעהאלטן געווארן א מעמד לחיים און סיום משניות לעילוי נשמתו בבית מדרשו פון אביו כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א, וואו דער חשוב'ער נפטר האט געדינט אלס רב רבות בשנים, ובהשתתפות פון זיין שווער כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א. אנהייב


מאסיווע קאנסטרוקציע צו פארגרעסערן און פארשענערן ביתו נאוה קודש פון האד' מסאטמאר אויף אוהעל קט. אין קרית יואל
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די טעג בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געפונט זיך אויף אפרוה אין ניו העמפשיר, איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע רענאוואציע פראיעקט במעון הקודש פון אדמור"י בית סאטמאר אויף אוהעל קט. אין קרית יואל, וואס ווערט פארגרעסערט און פארשענערט צו קענען אקאמאדירן דעם כסדר'דיגן פלייץ פון אידן וואס קומען אהין מקבל צו זיין עצה וברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א. די דירה איז געבויט געווארן דורך די הנהלת הקהלה דקהל יטב בקרית יואל, און איז באנייט געו


האד' מצאנז וועט מארגן דאנערשטאג מוחה זיין בראש קהל חסידיו ביי כלא 10 אין ליכט פון ארעסט אויף צאנזער חסידים
מיטוואך פ' דברים • א' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש ווידעראמאל וועט ארץ הקודש אויפגעשטורעמט ווערן מיט א מחאה אדירה, אפצושרייען די שרעקליכע גזירת הגיוס, דאסמאל דורך עדת חסידי צאנז באלפיה וואס וועלן מארגן דאנערשטאג מוחה זיין פארנט פון די טרויריג בארימטע מיליטערישע טורמע נומער 10, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א. די מחאה קומט אין ליכט פון דעם וואס די גזירה איומה פארשטארקט זיך מיום ליום, והרשעים כים נגרש מיט די כסדר'דיגע פרישע ארעסטן אויף בחורי ישראל, און באזונדער האט דאס באטראפן ח
bottom of page
