האד' מוויזניץ וומסב"ג אויפגענומען בנו יחידו הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א אלס רב ק"ק וויזניץ וומסב"ג אין מאנסי
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני יומיים (2)
מוצאי שבת פ' דברים • ג' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט איבערגיסענדע פרייד איז אויפגענומען געווארן צווישן חסידי וויזניץ וויליאמסבורג און צווישן די חסידים תושבי מאנסי בפרט, די ידיעה מרנינה, אז כ”ק אדמו”ר מוויזניץ וויליאמסבורג שליט”א האט אויפגענומען בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א לפאר כבוד אלס רב דחסידי וויזניץ וויליאמסבורג אין שטאט מאנסי, צו שטיין בראש פון די קהילה "תורת מרדכי" אלס דער איש על העדה.
דעם דאנערשטאג איז פארגעקומען אין מאנסי דער מעמד יסוד איתן, אין בעפארברייטונג צום מגבית בונים עתידתנו צום אפקויף פון די נייע ביהמ"ד תורת מרדכי דחסידי וויזניץ וויליאמסבורג אין מאנסי, און בהאי שעתא האט דער רבי שליט"א געמאלדן איבער די התמנות פון בנו הגה"צ רבי חיים מאיר שליט"א אלס רב פון די קהילה "תורת מרדכי" אין מאנסי, אוועקצושטעלן א לעכטיגן עתיד פאר׳ן צוקונפט פון די עדה הקדושה אין שטאט.
דער חשוב'ער רב שליט"א, וואס איז אן איידעם ביי זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א חתנא דבי נשיאה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, האט יארן לאנג געוואוינט אין מאנסי, זייענדיג גאר באליבט ביי זיין גרויסן זיידן הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, און מאמענטאל וואוינט ער נעבן די וויזניצער ישיבה אין בלומינגראוו, וואו אהין די ישיבה האט זיך ארויסגעצויגן מיט עטליכע יאר צוריק און גייט אן מיט גרויס הצלחה.
לעת עתה וועט ער קומען איינמאל אין פיר וואכן אויף שבת קין מאנסי און איין טאג אין די וואכן, און בעז"ה וועט עס מיט די צייט ניתוסף ווערן באופן קבוע, אין די צייט וואס מ'האפט אי"ה אנצוהייבן די בוי-ארבעט אין א נאנטע געלעגנהייט, פונעם נייעם ביהמ"ד דקהל תורת מרדכי אין מאנסי, אויף וואס דער ציבור קוקט אזוי שטארק ארויס.
דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז זיין זון איז טאקע ראוי לאותו איצטלא, און דער אויבערשטער זאל העלפן אז די זכות אבות זאל אים באגלייטן, מיט סייעתא דשמיא, ער זאל קענען אויפטון בהרבצת התורה און יראת שמים, ער זאל זיין א עזר פאר די קהילה און פארן ציבור ברוחניות ובגשמיות.
דער נייער רב שליט"א, איז "בבחינת כבר אתמחי גברא" אין ק"ק וויזניץ וויליאמסבורג, און במיוחד איז ער בארימט אלס מעמיד תלמידים הגונים במדה עליונה אין די ישיבה תורת מרדכי, וואו דער רב שליט"א איז א באליבטער מגיד שיעור פאר זיינע תלמידים הקרויים בנים, וועלכע זענען אלע צוגעבונדן צו אים בעבותות אהבה ובאותות הערצה.

