top of page


בכל עיר ועיר: האד' מקארלין סטאלין נעמט אונטער נייעם סדר פון קבלת קהל לקראת ימי הדין, ארומפארנדיג בכל ערי חסידיו
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס שמחה און פארלייכטערונג ווערט אויפגענומען ביי עדת חסידי קארלין סטאלין בכל רחבי ארה"ק, איבער דעם נייעם איינפיר דורכ'ן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכער וועט אויף אן ערשטמאליגן פארנעם ארומרייזן בטלטולא דגברא רבא איבער אלע שטעט אין ארץ ישראל אין אלע צענטערן פון חסידי קארלין סטאלין, און דארט אויפנעמען דעם ציבור להפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת די ימי הרחמים והרצון. דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטערע יארן ה


האד' מקרעטשניף סיגעט ענדגילטיג אריבערגעצויגן וואוינען קיין ירושלים עיה"ק
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי קרעטשניף סיגעט אין עיה"ק ירושלים האבן מיט פרייד אויפגענומען די ידיעה, אז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א האט אין די יעצטיגע טעג אפיציעל קובע געווען משכנו בקרתא דשופריא אין עיר הקודש ירושלים, וואו דער רבי שליט"א וועט ממשיך זיין די עבודת הקודש בהנהגת העדה אין זיין הערליכן הויף בעיר השם שמה. ווי באקאנט איז דער רבי שליט"א פאריאר נאכן הסתלקות זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה, אויפגענומען געוו


שיינעם מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים לרגל פתיחת שערי תלמוד תורה החדש באבוב 45 אין ירושלים
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער מיט גרויס התרגשות האבן תלמידי וחסידי באבוב 45 תושבי ירושלים עיר הקודש, געפייערט דער מעמד פתיחת שערים פונעם נייעם תלמוד תורה דחסידי באבוב 45 בעיר השם שמה, אלס נאך א רינגעלע אין די קייט פון מוסדות הקדושים באבוב 45 צושפרייט איבער אלע עקן וועלט. קהילת באבוב 45 אין עיר הקודש ירושלים באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה, ציילנדיג שוין כיום ביי אריבער הונדערט משפחות בליעה"ר, כן ירבו, שוין א לענגע


אלפי חסידי ראחמיסטריווקא מיטגעלעבט זעלטן געהויבענע שמחת הבר מצוה פון ערשטע אייניקל ביי האד' מראחמיסטריווקא
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א געוואלדיגער התרגשות און אומבאשרייבליכע התרוממות הנפש האט נעכטן ארומגענומען אלפי חסידים ואנשי מעשה, וועלכע האבן מיטגעלעבט די היסטארישע שמחת הבר מצווה פונעם ערשטן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, הבחור הבר מצווה כמר ישראל מרדכי ני"ו, זון פונעם רבינס עלטסטן איידעם הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א, זון פון הרה"צ רבי יענקעלע טווערסקי שליט"א מראחמיסטריווקא. די שמחה רוממה האט ארויסגעברענגט אן


לרגל השמחה במעונו: האד' מזוועהיל פראוועט שבת אין ק"ק סקווירא אין ירושלים עיר הקודש
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקע, וועלכער איז אנגעקומען צו גאסט קיין ארצינו הקדושה לכבוד די שמחת החתונה פון אן אייניקל וואס איז פארגעקומען נעכטן זונטאג אין בני ברק, האט אויף דעם שבת געוויילט בקרתא דשופריא אין ירושלים עיר הקודש, און האט אפגעראכטן אלע תפילות און טישן אין די סקווירא בית המדרש אויף די בר גיורא גאס אין שטאט, וואו פילע חסידי סקווירא, תושבי ירושלים, און נאך אנשי ירושלים האבן זיך


כמידי שנה בשנה: האד' מסאטמאר מעריך געווען סעודת הילולא פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע אין שטאט מאנסי
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע בקרב קהילתו אין שטאט מאנסי, וואו די רבי האט אין לויף פונעם טאג אויפגענומען די הונדערטער חסידים פון שטאט און זייערע משפחות מיט קוויטלעך לקראת די הייליגע טעג המשמשין הבאין. פארנאכסט נאך זמני כניסה האט זיך די רבי שליט"א געוואשן צום סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור אין גרויסן ביהמ"ד, ב
bottom of page
