כמידי שנה בשנה: האד' מסאטמאר מעריך געווען סעודת הילולא פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע אין שטאט מאנסי
- לפני 21 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ
כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע בקרב קהילתו אין שטאט מאנסי, וואו די רבי האט אין לויף פונעם טאג אויפגענומען די הונדערטער חסידים פון שטאט און זייערע משפחות מיט קוויטלעך לקראת די הייליגע טעג המשמשין הבאין.
פארנאכסט נאך זמני כניסה האט זיך די רבי שליט"א געוואשן צום סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור אין גרויסן ביהמ"ד, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, און די רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש מעניני הפרשה ובמשנתו של בעל ההילולא און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די חסידים תושבי מאנסי. דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון די קהילה ומוסדות אין מאנסי והעומד בראשה הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א וועלכע שטייט בראש פון די קהילה און די מוסדות, און דער רבי האט מעורר געווען די חסידים צו שיקן נאר אין די אייגענע ישיבות זאגענדיג אז טראץ עס איז אפשר דא בעסערע ישיבות, אבער אונזערע ישיבות סערווירט מען ווארעם, מען ווערט ווארעמע חסידישע אינגעלייט, משא"כ אין די פרעמדע ישיבות קען מען בלייבן א קאלטע אינגערמאן, אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען די חסידים צו ארויסהעלפן און שטיצן די מוסדות הק' צו קענען ענדיגן די נייע בנינים וואס בויען זיך יעצט פאר די ישיבה און פאר די בית רחל. דערנאך האט דער רבי מעורר געווען זיך צוצוגרייטן צו די ימי הרחמים והרצון מיטן לערנען ספרי חסידות וספרי מוסר און דער רבי האט קובע געווען מען זאל זיך מאכן א שיעור אין ספר תפארת שלמה זיך אנציווארעמען דאס הארץ צו תשובה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי שליט"א נכד בעל ההילולא.
נאכן טיש האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז שפעט באנאכט.



















































תגובות