top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקרעטשניף סיגעט ענדגילטיג אריבערגעצויגן וואוינען קיין ירושלים עיה"ק

  • לפני 17 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי קרעטשניף סיגעט אין עיה"ק ירושלים האבן מיט פרייד אויפגענומען די ידיעה, אז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א האט אין די יעצטיגע טעג אפיציעל קובע געווען משכנו בקרתא דשופריא אין עיר הקודש ירושלים, וואו דער רבי שליט"א וועט ממשיך זיין די עבודת הקודש בהנהגת העדה אין זיין הערליכן הויף בעיר השם שמה.


ווי באקאנט איז דער רבי שליט"א פאריאר נאכן הסתלקות זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה, אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו צו ממשיך זיין די שלשלת הקודש בהנהגת העדה במקום שהתפללו בו אבותיו.


במשך די לעצטע יאר, זינט דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די הנהגת העדה, קלאמערן זיך הונדערטער אידן ביי די תפילות און טישן פון רבי'ן שליט"א, כאטש דער רבי שליט"א האט ווייטער געוואוינט במקום מושבו אין בית שמש וואו ער האט אנגעפירט זיין ביהמ"ד די לעצטע צוואנציג יאר, פלעג ער אריינקומען בכל עת מצוא, יעדן שבת און כמעט אלע וואכן טעג קיין ירושלים.


אצינד, גלייך נאכ'ן זומער־סעזאן, האט דער רבי שליט"א אפיציעל קובע געווען משכנו אין ירושלים, וואו דער רבי שליט"א וועט ווייטער פראווענען די געהויבענע שבתים וימים טובים מדי שבת בשבתו ומועד במועדו מיט א קביעות, און מען וועט כסדר קענען זיך מסתופף זיין בצל הקודש פונדערנאנט.


א דירה נאה איז איינגערישט געווארן פארן רבי'ן שליט"א אינעם זעלבן בנין וואו עס האט געוואוינט דעם רבינס פאטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט זצ"ל אויף די זאנענפעלד גאס, רחבות'דיג צוגעשטעלט מיט אלע באקוועמע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס פארן באקוועמליכקייט פונעם רבי'ן אין די שטוב ווירטשאפט.

תגובות


bottom of page