top of page


ווידיאו • המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין אתרא קדישא מירון מיט חבורת "באר האמונה" פון בית שמש
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


מקץ שנתיים: הילולא בתרייתא פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל בעל ישועת יעקב בצל בניו האדמור"ים מסקולען
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ.JDN מיט גרויס געגועים און כיסופין איז אפגעצייכנט געווארן די הילולא בתרייתא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועת יעקב מסקולען זצוק"ל וואס איז אויסגעפאלן דעם דינסטאג, ה' אלול, ווען דערביי האבן מאסן אידן פוקד געווען דעם ציון הק' און מיטגעהאלטן די סעודת הילולא רבתי וואס איז היי יאר אפגעראכטן געווארן אין וויליאמסבורג, בראשות בניו ממשיכי דרכו כ"ק האדמורי"ם שליט"א. די הכנות צו די הילולא קדישא האט זיך שוין געשפיר


האד' מצאנז קלויזענבורג באזוכט במעונו פון גיסו גאב"ד קרית צאנז ירושלים
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועלכער וויילט אין ארצינו הקדושה, איז דעם דאנערשטאג אינדערפרי אנגעקומען קיין קרית צאנז ירושלים אויף א באזוך ביי גיסו כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, וואו ס'זענען אנוועזנד געווען די בני המשפחה, און עס ארומגעשמועסט געווארן בעניני השעה איבער די ביטערע גזירת הגיוס המרחפת אויף די לומדי התורה אין ארץ ישראל, און נאך פארשידענע ענינים, מנהגים און נוסחאות פון די ימי הרחמים והסליחות, און זכרונות מי


יערליכע באזוך פון האד' ממונקאטש אין זומער קעמפ 'חיים ושלום' מונקאטש אין קייאמישע לעיק
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט''א האט אפגעשטאט א באזוך אין די זומער קעמפס מחנה 'חיים ושלום' דחסידי מונקאטש, אין קייאמישע לעיק. דער רבי שליט"א איז שוין אנגעקומען אין קעמפ מאנטאג נאכט וואו ער האט איבערגענעכטיגט במעון קדשו אינעם קעמפ. דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית בביתו נאוה קודש מיט א צאל מקורבנים ובני המשפחה. נאכן דאווענען איז אנגעקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' שמואל דוד סאקס


והלך לפניך צדקך: עולם החסידות אין טיפן טרויער נאך הסתלקות פון חסידא ורחימא כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק זצ"ל
מאנטאג פ' כי תבא • י"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אומגעהויערע צער און טרויער ווערט אויפגענומען בעולם החסידות די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק, חסידא ורחימא, עושה חסד לאלפים, כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק הגה"צ רבי ברוך הלבערשטאם זצ"ל, וועלכער איז יעצט פארנאכטס נסתלק געווארן אין עלטער פון 70 יאר, לדאבון לב כל בית ישראל. מיט'ן פטירה פונעם רבי'ן ז"ל איז איבערגעריסן געווארן א בריק פון אן אמאליגן באגריף פון א חסיד המתחסד עם קונה, און א מושלם בג' עמודי עולם, ובפרט אינעם עול


נאמען "שמחה" צוגעגעבן פאר האד' מצאנז בארא פארק אלס סגולה לרפואה
מאנטאג פ' כי תבא • י"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם זענען ווייטער מתפלל און מעורר רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פון בארא פארק, וועמענס מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט און דער רבי איז אנגעוויזן אויף אסאך תפילות ישראל. דער רבי שליט"א, וועלכע ספראוועט זיך שוין א תקופה מיט די ביטערע מחלה ל"ע, האט זיך געפונען אין זיין שטוב אין בארא פארק ווי באריכטעט, וואו די דאקטוירים האבן צוגעשטעלט די נויטיגע באהאנדלונגען און אנווייזונגען צו קענען באהאנדען
bottom of page
