top of page


שריפה אויסגעבראכן אין בנין מוסדות נדבורנא אין בני ברק; אלע תלמידים ב"ה עוואקואירט אן קיין מענטשליכע שאדן
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א העלישע שריפה האט היינט מיטוואך צופרי אויסגעבראכן אינעם בנין בית המדרש הגדול נדבורנא אין קרית נדבורנא בני ברק, ביים אונטערשטן טייל פון די ריזיגע געביידע וואו עס געפונט זיך די תלמוד תורה און די ישיבה. די שריפה האט אויסגעבראכן אין א פריע שעה קורצליך נאכן אנהייבן די לימודים, ווען די היכלי התורה זענען שוין געווען פול מיט די הונדערטער תינוקות של בית רבן און בחורי הישיבה. לויט ווי עס שטעלט זיך ארויס האט זיך די פייער אנגעהויבן ביי


ווידיאו • היסטארישע שמחת הבר מצוה בחצר הקודש ראחמיסטריווקא
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


קרעדיט קארטל מאשינען פארן קרן עולם התורה אינסטאלירט בבתי גדולי ישראל וראשי הישיבות
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי בני ברק און עמך בית ישראל וואס זענען אין די לעצטע טעג אריין למעונם פון די גדולי התורה וראשי הישיבות, זענען איבערראשט געווארן צו זען ספעציעלע קרעדיט קארטל מאשינען וועלכע זענען דארט געווארן אינסטאלירט, אלס א נייע איניציאטיוו צו מזכה זיין די פילצאליגע דופקי פתחם לטובת דעם גלאבאלן 'קרן עולם התורה', וועלכע איז געגרינדעט געווארן צו ראטעווען די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל אין די איצטיגע שווערע צייטן. די קרעדיט קארד מאשינען


הערליכע באזוך פון האד' מבאבוב אין שטאט לינדען לכבוד די יארצייט פון אמא של מלכות הרבנית מבאבוב ע"ה
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברהם בערגער נעכטן מאנטאג, אין טאג פון די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מבאבוב ע"ה, אשת חבר הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, איז בנה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין דער שטאט לינדען, וואו דער רב שליט"א איז צוערשט צוגעפארן צום שטוב פון חתנו הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א, דומ"ץ באבוב לינדען, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן א משך זמן. שפעטער איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין דער נייער שטאטיש


יומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל בעל חוקי חיים בצל נכדו האד' משומרי אמונים | גאלעריע
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


מאנטיסעלא: שבת מעין עולם הבא פאראיבער אין מחנה ישיבה קטנה תפארת שלמה באבוב 45 מיט האד' מבאבוב 45
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום, אייזיק ג. ואייזיק י. די וואך שבת האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, געוויילט אין מחנה ישיבה קטנה תפארת שלמה, ביי וועלכן די תלמידי הישיבה האבן זיך אנגעשעפט מלוא חפניים תורה וחסידות אויף א גאר א געהויבענע פארנעם. ערב שבת קודש נאמכיטאג, איז דער רבי אנגעקומען בשערי המחנה אין מאנטיסעלא, וואו די בחורים האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה, די בחורים זענען אדורך שלום נעמען, און דער רבי שליט"א
bottom of page
