top of page


מאסן חסידים ומעריצים האבן מיטגעלעבט שעות פון התרוממות הנפש ביי שמחת נישואין בחצר הקודש זוטשקא
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אשרי עין ראתה קהל קדושים ששים ושמחים בשמחת בית צדיקים, ווען הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון די זוטשקא הויף האבן זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה הגדולה, ווען כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א האט אונטערגעפירט בנו הצעיר אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי שליט"א זון פון הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי שליט"א אבד"ק טשערנאביל אלעד און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבי


צדקתם תצהי"ר: האד' מבעלזא זאגט מיט סליחות כמנהג בני עדות המזרח מיט הונדערטער בעלי תשובה פון ארגון "צהר"
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר, דוד אזרנידוד ארזני אין א זעלטענע שריט איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן א מעמד סליחות רבתי אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא וואו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ארויס מגדרו און מיטגעזאגט דעם סדר אמירת סליחות לויט'ן נוסח העתיק פון בני עדות המזרח, אינאיינעם מיט הונדערטער בעלי תשובה פון די וועלט בארימטע מוסדות התשובה דחסידי בעלזא "צהר". די ארגון "צהר" איז נתייסד געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער


ווידיאו • וועכענטליכע ליל שישי שיעור פון הרה"ג רבי מרדכי הערש שפיטצער שליט"א | פרשת כי תבא
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


מעמד הנחת אבן הפנה אין מחנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין סוואן לעיק בראשות הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט איצי מ. אין מחנה תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא אין די קעטסקיל בערג איז אין א יום טוב'דיגע שטימונג געפייערט געווארן דער גראנדיעזער מעמד הנחת אבן הפינה פאר דעם נייעם בנין אדיר ומפואר וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די ילדי המחנה דורכאויס די זומער חדשים. די מעמד איז באשיינט געווארן דורך הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בשליחות הקודש, און איז געווען מיט די השתתפות פון


לברך ולהתברך: האד' מתולדות אהרן באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך צום נייעם יאר
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך לביתו נאווה קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, זייענדיג אונטערוועגנס קיין בית שמש וואו דער רבי האלט זיך אויף דורכאויס די וואך אויפצונעמען די חיסידים צום נייעם יאר. דער רבי האט דורש געוועהן בשלומו פונעם גאון און מען האט אריינגעברענגט כיבוד, עס איז דערביי געשאפן געווארן א לענגערע שמועס איבערן מצב הדור ביי וועל


נחלת שבעה: צווייטע פאזע פון היסטארישע חלוקת הירושה אין סאטמאר; כלי כסף וזהב ווערט צוטיילט צווישן אלע זיבן קינדער
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א פרישע דראמאטישע ווענדפונקט אין די היסטארישע אין די "חלוקת הירושה" פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, וועט מארגן דאנערשטאג כי תבוא אפגעהאלטן ווערן די גורל וחלוקת הירושה אויף די הייליגע אוצר פון הונדערטער כלי כסף וכל זהב וואס וועט אייניג צעטיילט ווערן צווישן אלע זיבן קינדער, סיי די זין און סיי די טעכטער. דאס קומט נאך עטליכע חדשים פון די ערשטע היסטארישע גורל וחלוקת הירושה, וואס איז צושטאנד געקומען דורכ'ן דינאמישער איש חי
bottom of page
