top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הנחת אבן הפנה אין מחנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין סוואן לעיק בראשות הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין מחנה תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא אין די קעטסקיל בערג איז אין א יום טוב'דיגע שטימונג געפייערט געווארן דער גראנדיעזער מעמד הנחת אבן הפינה פאר דעם נייעם בנין אדיר ומפואר וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די ילדי המחנה דורכאויס די זומער חדשים.


די מעמד איז באשיינט געווארן דורך הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בשליחות הקודש, און איז געווען מיט די השתתפות פון אלע תושבי המחנה און סקווירא חסידים פון אלע ארומיגע געגענטער און קאנטרי'ס.


די מעמד איז פארגעקומען אויפן שטח הבני' פונעם נייעם קעמפ, וואו די די טייערע קינדער די הויפט מחותנים ביים גרויסן חגיגה, זענען אויסגעזעצט געווארן אויף א מייסטערהאפטיגע אופן, און אויף די פארענטשעס פון ארום זענען געשטאנען די בחורים פון די ישיבות פון וויליאמסבורג, בארא פארק און לעיקוואוד.


בעפאר די חגיגת הנחת אבן הפינה האט הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א באזוכט אינעם עס זאל פונעם קעמפ, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א בכבוד'יגע מעמד קבלת פנים לכבודו. במשך דעם מעמד האבן די קינדער געזונגען ווארימע און לעבעדיגע ניגונים, ס'האט גערעדט דער מנהל פון די וויליאמסבורגער תלמוד תורה, הרב מענדל דאכנער, און די קינדער האבן געזונגען גראמען. נאך א ניגון הכנה האט רבי אהרן מענדל שליט"א איבערגעגעבן א שמועס פאר די קינדער, און נאכדעם האט מען געזונגען ניגוני שמחה און מען האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.


נאך א קורצע הפסקה האט זיך אנגעהויבן דער מעמד אבן הפינה תחת כיפת השמים. דער סדר המעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א צאל ניגוני התעוררות וואס די קינדער האבן געזונגען ברוב רגש, נאכגעפאלגט מיט א רייע דרשות דורך די מנהלי התלמוד תורה פון עטליכע סניפים.


דערנאך האט הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א פארגעזאגט די טשערנאבילער קאפיטלעך תהילים אינעם ספעציעלן ירושה תהלים מיוחס צו ר' שאול וואהל וואס געפונט זיך באוצרו הטוב פונעם סקווערער רבי'ן.


נאך א ניגון הכנה האט דער גאסטמשמיע געווען דברי ברכה לכבוד המאורע. דערנאך האט ער געגאסן די אבן הפינה פון די נייע בנין און מכבד געווען אלע נדיבים און עסקנים צו גיסן דעם יסוד. מ'האט ממשיך געווען מיט ריקודי שמחה, און רבי אהרן מענדיל האט פארטיילט לקח און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור.


ביים ענדיגן דעם מעמד איז געווען מנחה אין דעם בחורים בית המדרש, וואו הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א איז געווען דער שליח ציבור. נאך מנחה איז ער אריבער צום אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינעם קעמפ, און דארט אויפגענומען אלע נדיבים און עסקנים פון דעם בנין.



תגובות


bottom of page