נחלת שבעה: צווייטע פאזע פון היסטארישע חלוקת הירושה אין סאטמאר; כלי כסף וזהב ווערט צוטיילט צווישן אלע זיבן קינדער
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א פרישע דראמאטישע ווענדפונקט אין די היסטארישע אין די "חלוקת הירושה" פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, וועט מארגן דאנערשטאג כי תבוא אפגעהאלטן ווערן די גורל וחלוקת הירושה אויף די הייליגע אוצר פון הונדערטער כלי כסף וכל זהב וואס וועט אייניג צעטיילט ווערן צווישן אלע זיבן קינדער, סיי די זין און סיי די טעכטער.
דאס קומט נאך עטליכע חדשים פון די ערשטע היסטארישע גורל וחלוקת הירושה, וואס איז צושטאנד געקומען דורכ'ן דינאמישער איש חי ורב פעלים הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, ווען עס איז נאך צוואנציג יאר פונעם הסתלקות ענדגילטיג צעטיילט געווארן מיט א ישרות און געמיינזאמע פאראייניגונג פון אלע קינדער פונעם רבי'ן דער ברך משה, די אומשאצבארע כתבי ידות און חפצי קודש מעזבונו פונעם רבי'ן.
נאך די געוואלדיגע סוקסעס איז מען דאן געגאנגען מחיל אל חיל, צו צעטיילן די פילצאליגע טייערע גאלדענע און זילבערנע כלים, סיי וואס דער רבי האט פארמאגט מירושת אבותיו הק' און סיי וואס האט באלאנגט פאר'ן רבי'ן פערזענליך, וואס דער רבי האט נאך געהאט פון די פריערדיגע יארן אלס פריוואטע חפצים, אדער וואס איז במשך די יארן געקויפט געווארן דורך די חסידים אלס מנחת ביכורים ומתנת קודש פאר'ן רבי'ן, מיט וואס דער רבי האט זיך באנוצט ביי די הייליגע תפילות און טישן במשך לאנגע יארן. דאס אלעס ציילט צאם א סך הכל פון 302 חפצים יקרי ערך, וואס רעכנט זיך צאם צו אן אסטראנאמישע סך הכל סומע פון איבער דריי מיליאן דאלאר.
די חפצים נעמט אריין א לאנגע רשימה פון פילצאליגע סארטן זילבער שטיק און גאלדענע חפצים, ווי בעכערס, כוסות של אליהו, לייכטערס, טעצער, מנורות, טעלערס, אתרוג פושקעס, וויין און ברוינפן פלעשער, נטילת ידים טעפל, עסצייג, שבת מעסערס, זאלץ מעסטלעך, בשמים ביקסלעך, פרוכט שיסלעך, מים אחרונים האלטער, טאביק פושקעס, ליכט-צינדערס, האניג האלטערס, קוויטל-שטוב זייגערס, מגילה האלטער, זילבערנע קיטל-עטרות, טאשן-זייגערס און נאך.
ווי אויך נעמט דאס אריין מערערע טייערע זילבערווארג, ווי זמירות'ער, הגדות, קאנסוס, וכדומה, וואס איז במשך די יארן געשאנקען געווארן פאר'ן רבי'ן דורך חסידים, איינגעראמט אין זילבער כראוי לכבוד מאן מלכי רבנן.
די אלע כלים איז אריבער א גרינטליכע אפשאצונג דורך לאנגיעריגע מומחים אין דעם פעלד, און לויט זייער שאצונג אויף יעדן כלי באזונדער, איז צונויפגעשטעלט געווארן זיבן חבילות, וואס אין יעדע חבילה איז געווארן אריינגעלייגט פון אלע דריי קאטעגאריעס, סיי כלים וואס דער רבי האט געהאט מירושת אבותיו, סיי דעם רבי'נס פערזענליכע כלים, און סיי כלים וואס איז געקויפט געווארן פאר'ן רבי'ן במשך השנים.
יעדע חבילה איז געווארן מוסטערהאפטיג צאמגעשטעלט אויף אן אופן אז אלעס זאל זיין אייניג, שוה בשוה, ווען יעדע חבילה נעמט אריין צווישן 40 און 50 כלים, און רעכנט צאם א ווערד פון ארום א האלב מיליאן דאלאר.
די זיבן חבילות וועלן פארטיילט ווערן דורך א ישרות'דיגן גורל, פאר אלע זיבן קינדער, די זין, כ"ק האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א. און די טעכטער, משפחת הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק תליט"א, הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטרעאל שליט"א און הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.
דער גורל וועט פארקומען מארגן דאנערשטאג אויפ'ן זעלבן אופן און מקום פון די ערשטע גורל, אינעם זומער היים פונעם עומד בראש החלוקה, הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן, מיט אן באחדות'דיגע השתתפות פון אייניקלעך פונעם רבי'ן דער ברך משה, און משמשים בקודש פון ביידע סאטמארע הויפן, אפצייכנענדיג א פרישע היסטארישע דורכברוך אין די גאלדענע קורות הימים למלכות בית סאטמאר.





תגובות