top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צדקתם תצהי"ר: האד' מבעלזא זאגט מיט סליחות כמנהג בני עדות המזרח מיט הונדערטער בעלי תשובה פון ארגון "צהר"

  • לפני 13 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, דוד אזרנידוד ארזני

אין א זעלטענע שריט איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן א מעמד סליחות רבתי אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא וואו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ארויס מגדרו און מיטגעזאגט דעם סדר אמירת סליחות לויט'ן נוסח העתיק פון בני עדות המזרח, אינאיינעם מיט הונדערטער בעלי תשובה פון די וועלט בארימטע מוסדות התשובה דחסידי בעלזא "צהר".


די ארגון "צהר" איז נתייסד געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז אריינגעטאן מיט אן עינא פקיחא אין שפיץ פון די פארצווייגטע פעולות פון מחזיר זיין נשמות ישראל לאבינו שבשמים, און איז קרוב ללבו הטהור מיט ברייטע פעולות מחזק און מרחיב זיין די גבולי הארגון, און במשך השנים זענען שווערע שווערע טויזנטער פרייע אידן נתקרב געווארן צו שמירת התורה ומצוות אין די ראמען פון "צהר".


אצינד שטייענדיג בימי הרחמים והסליחות, ווען לויט'ן מנהג פון די עדות המזרח הייבט מען שוין אן זאגן סליחות פון ר"ח אלול, האבן די ראשי הארגון צהר אראנדזשירט א התעוררות'דיגער מעמד בקשת רחמים ואמירת סליחות אינאיינעם מיט הונדערטער בעלי תשובה מבני עדות המזרח, בצל קדשו פונעם מייסד ונשיא הארגון.


דער מעמד איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך נאכט כחצות הלילה, בהשתתפות פונעם ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א און הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א רב פון מגדל העמק מגדולי מחזירי התשובה בדורנו.


בעפאר די מעמד זענען די צוויי חשובע געסט אריין אויף א באזוך בקודש פנימה, וואו דער ראשון לציון האט בין השיחין ארויסגעהויבן דעם אינציאטיוו פונעם בעלזער רב שליט"א צו מוסיף זיין א ליכט יעדן ערב שבת פאר די נשמות וואס זענען דערווייטערט געווארן פון אידישקייט, און צוגעגעבן אז ער זעלבסט האט זיך אנגעשלאסן אין דעם רעיון. דערביי האט דער גאון איבערגעגעבן פארן רב שליט"א עטליכע פרישע ספרים ילקוט יוסף פון אביו חכם עובדיה יוסף זצ"ל וועלכע זענען לעצטענס ערשינען לאור עולם.


נאכן באזוך איז דער רב שליט"א אינאיינעם מיט די אורחים הדגולים ערשינען אין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא צום מעמד הסליחות. א התעוררות עצומה האט געשוועבט אינעם היכל, ווען די בעלי תשובה זאגן מיט אן ערנסטקייט די סליחות לויט זייערע מנהגים און נוסח המקובל, בשעת דער רב שליט"א זאגט מיט א לענגערע שעה אינאיינעם מיט זיי, און לאזט הייסע טרערן בשעת זיי האבן געזונגען זייערע דביקות'דיגע בארימטע פיוטים.


דערנאך האט מען געהערט דברי התעוררות וחיזוק דורך הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א נאכגעפאלגט מיטן א "מי שברך" וואס איז אפגעראכטן געווארן דורכן ראשון לציון לחיזוק הכוחות פונעם בעלזער רב שליט"א, בשעת די בעלי תשובה זענען דאן הייס מתפלל מעומק לבם פאר'ן רבי'נס אריכות ימים ושנים.


ביי חסידי בעלזא ווערט צוגעצייכנט אז דאס מיטהאלטן סליחות פון די בני עדות המזרח אין חודש אלול איז שמור לקדשו ביי די בעלזא רביים, נאך ביים בעלזער רב זי"ע איז געווען אמאל ווען ער האט צוגעטרעטן צום פענסטער און זיך איינגעהערט צו די סליחות פון די בני עדות המזרח, און זיך אויסגעדרוקט אז דער תנועה וואס זיי זינגען אויף 'אדון הסליחות' דאס האבן די לוים געזינגען אין ביהמ"ק.


במשך השנים איז דער רב שליט"א שוין עטליכע מאל אריבער הערן סליחות בבית מדררשו פונעם ראשון לציון הגאון רבי עובדיה יוסף זצ"ל, און אויך אמאל געווען ביי יבלחט"א הגאון רבי ראובן אלבז שליט"א.



תגובות


bottom of page