מאסן חסידים ומעריצים האבן מיטגעלעבט שעות פון התרוממות הנפש ביי שמחת נישואין בחצר הקודש זוטשקא
- לפני 13 שעות
- זמן קריאה 4 דקות
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
אשרי עין ראתה קהל קדושים ששים ושמחים בשמחת בית צדיקים, ווען הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון די זוטשקא הויף האבן זיך מיטגעפריידט ביי די שמחה הגדולה, ווען כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א האט אונטערגעפירט בנו הצעיר אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי שליט"א זון פון הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי שליט"א אבד"ק טשערנאביל אלעד און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא ישרי לב שליט"א.
די היכלי מלכות זאל אין בני ברק האט דורכאויס די נאכט געווירבלט מיט מאסן חסידים תלמידים און מעריצים וועלכע זענען געקומען זיך מיטפרייען ביי די גרויסע עת משוש און מיטהאלטן די געהויבענע שעות פון שמחה והוד. דורכאויס די שמחה האט מען זיך געהויבן מיט די פילע ניגונים מאוצרו הטוב פונעם בעל שמחה דער זוטשקא רבי שליט"א, ניגוני התעוררות וכיסופין און ניגוני שמחה חדשים גם ישנים.
בפקודת הקודש זענען די זמנים בשעת די חתונה געהאלטן געווארן גאר מדיוק, כדי נישט צושטערן דעם סדר היום און די סדרי הלימודים אין די היכלי התורה אויפצומארגנס פון די חתונה.
ביים קבלת פנים האט מען געזינגען פילע ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא הרה"ח רבי פנחס גריענפלד הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזין וכיבושין מעורר צו זיין דעם חתן, און האט אויסגערעכנט די שלשלת היוחסין לעורר זכות אבות.
ביים מעמד החופה תחת כיפת השמים איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע מצד החתן כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, קריאת הכתובה דער פעטער הגה"צ אבד"ק האלמין ביתר שליט"א, מיט ברכות ראשונות איז מכובד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און מיט ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא ישרי לב שליט"א. נאכ'ן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
נאכן חופה איז סערווירט געווארן די סעודת המצוה ביד רחבה לכל הקהל הקודש. א קורצע צייט דערויף איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה לקול תרועת הזמר, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין פאר א לענגערע צייט און זיך געוואשן צום סעודה. שפעטער זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א און דער חתן ערשינען לקול מצהלות החסידים.
צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וואס האבן באשיינט די שמחה האבן זיך אנגעזען: דער געהויבענער דאפלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועלכער האט זיך געוואשן צום סעודה און באשיינט בראש המסובים א לענגערע וויילע, און אזוי אויך האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, פיטסבורג, זוועהיל, שבט הלוי, האשמור"ים משומרי אמונים פון בני ברק, אשדוד און ירושלים, טאלנא אשדוד, דעעש, בישטינא פון פתח תקוה, אנטניא, מיאלען, ראחוב, ביאלא רמ"א, ספינקא רמ"א, ספינקא גני גד, לעלוב הר יונה, הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק, הגאון רבי מאיר לוריא ראש כולל חלקת יעקב וראש ישיבת עץ חיים באבוב בני ברק, ראש ישיבת וויזניץ, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, אבד"ק קרית באבוב בת ים, אבד"ק מונקאטש בני ברק, גאב"ד קרית הבעש"ט, גאב"ד ביליץ, אב"ד קרית צאנז טבריה, הרה"צ רבי יצחק ישעיה האגער, און הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד בני האדמו"ר מוויזניץ, הגאון רבי יעקב גרינוואלד חבר בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, המשפיע הגה"צ רבי אהרן טויסיג, הרה"ג רבי אברהם צבי הכהן אבד"ק קהל חסידים שיכון ה', הגה"צ רבי משה ברייש מראשי כולל חלקת יעקב, הרה"צ רבי שמעלקא און הרה"צ רבי ישראל ראזענבוים מנדבורנא און נאך.
אזוי אויך האבן באשיינט די פעטערס האדמורי"ם מטשארנאביל, זוטשקא אמסנא, זוטשקא ירושלים, זוטשקא מאנסי, טעמעשוואר אלעד, ברעזאן, ביאלא פשיסחא אשדוד, ביאלא פשיסחא, הגה"צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ, הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז נתניה, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בעלזא, הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, אבד"ק האלמין ביתר, און הגה"צ רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א בעל פסקי תשובות.
במשך די שמחת החתונה האבן זיך הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן געשלענגעלט אין די רייע דורכצוגיין וואנטשן ברכת מזל טוב אל מול פני הקודש. בשעת די ריקודין איז דער רבי שליט"א אראפ אין צענטער פון זאל און אפגעראכטן א ריקוד נלהב מיטן חתן, און דערנאך אריין אינעם רינג מיט אלע משתתפים. פארן בענטשן האט דער רבי שליט"א פארגעזינגען דעם ניגון "תנו רבנן" כמנהג זקינו הרה"ק בעל נחל יצחק מזוטשקא זי"ע.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי שליט"א אבד"ק טשערנאביל אלעד. מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטערס האדמורי"ם מזוטשקא אמסנא, זוטשקא ירושלים, זוטשקא מאנסי, ברעזאן, הרה"צ רבי ישראל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל, און ברכה אחריתא דער פעטער מצד הכלה הגה"צ רבי יעקב יוסף לייפער שליט"א אבד"ק חוסט עמנואל.
דאן האט מען צוגעטרעטן צום מעמד המצווה טאנץ. בראש ובראשונה האט דער פעטער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה אנגעכאפט מיט זיין ברודער וואס לא זזה ידו מתוך ידו הגה"צ אבד"ק טשערנאביל אלעד שליט"א.
איידער די ריקודי קודש האט דער אבי החתן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א משמיע געווען דברי התעוררות והכנה משולב מיט חרוזין אויפן רבינ'ס נייעם ניגון "אחת שאלתי", ווען דער ציבור זינגט מיט ברוב דבקות. בעפאר דעם רבינס ריקודים זענען געטאנצן די זיידעס כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מביאלא ישרי לב שליט"א און הגה"צ אבד"ק טשערנאביל אלעד שליט"א.
דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פונעם מעמד – די ריקודין קדישין פונעם זוטשקא רבי'ן שליט"א וואס איז געווען א מחזה הוד שלא מעלמא הדין. די קאפעליע האט פארגעזינגען א רייע ניגוני התעוררות ודביקות ווען דער רבי שליט"א מעודד געווען די ניגונים בעוז ותעצומות, און געוואנטשן לחיים פאר די מחותנים. דאן האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש באש שלהבת אויף זיין אייגענעם ניגון "וברוך שם כבודו", און דערנאך אויפ'ן נאדווערנער ניגון "אחד יחיד ומיוחד" בהתלהבות דקדושה.
דאן איז דער רבי געטאנצן מיט זיינע ברידער און שוואגערס לבית זוטשקא, מיט די שוואגערס לבית שאץ, און מיט זיינע קינדער און איידעמער זרע ברך השם. צום שלוס איז געטאנצן דער אבי הכלה, און נאך צוויי אזייגער ביינאכט האט זיך די שמחה געשלאסן מיט גרויס דערהויבנקייט.


























































































































































תגובות