top of page


הייליגע אוצר פון כלי כסף וזהב מעזבון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע צוטיילט צווישן אלע זיבן קינדער און איידימער
פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי ברייט באריכטעט איז דעם דאנערשטאג כי תבוא אפגעהאלטן געווארן די גורל וחלוקת הירושה אויף די הייליגע אוצר פון הונדערטער כלי כסף וכל זהב מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע וואס איז אייניג צעטיילט געווארן צווישן אלע זיבן קינדער, סיי די זין און סיי די טעכטער. די סך הכל פון 302 חפצים יקרי ערך, וואס רעכנט זיך צאם צו אן אסטראנאמישע סך הכל סומע פון איבער דריי מיליאן דאלאר, נעמט אריין א לאנגע רשימה פון פילצאליגע סארטן זילבער ש


ווידיאו • שמחת החתונה אין הויפן פון זוטשקא - שאץ - טשערנאביל - ביאלא ישרי לב
פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


נייער גרויסער אהל און בנין האש"ל וועט אויפגעבויט ווערן ביים ציון הרה"ק ר' גדלי' משה מזוועהיל זי"ע אין ירושלים
פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס שמחה ווערט אויפגענומען בעולם החסידות איבער אן ערשטמאליגער מאסיווער פראיעקט לטובת די רבבות עולים ביים ציון הקדוש פונעם פועל ישועות הרה"ק רבי גדלי' משה מזוועהיל זי"ע אין ירושלים עיה"ק. דער ציון המציונת פון הרה"ק רבי גדלי' משה געפינט זיך ביים בית החיים 'שייעך באדר', ביים עק פון ירושלים, איז די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן אלס מקום קיבול תפילות ומסוגל לישועות וואס ווירבלט כסדר מיט פילצאליגע שופכי שיח און אידן פארציילן


מעמד הקמת מצבה על קברו פון הגה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל בן האד' מוואסלוי וחתן האד' מבוהוש
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר היינט נאכמיטאג איז פארגעקומען דער מעמד הקמת המצבה על קברו פון הרה"צ רבי חיים דוב האלפערין זצ"ל, זון פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, במקום מנוחתו כבוד אין די רוזשינער חלקה אויפ'ן בית החיים אין גבעתיים. היות וואס דער יום השלושים איז אויסגעפאלן אום ראש חודש אב, האט מען באשטימט דעם מעמד הקמת המצבה אויף היינטיגן דאנערשטאג, וואו עס האבן זיך צונויפגעזאמלט א גרויסער צי


הערליכע שבע ברכות בחוצות ירושלים באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג לכבודו פון הנגיד החסיד ר' אליהו שלאסבערג הי"ו
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין עיה"ק ירושלים האט פארלאפענעם ליל שישי באשיינט בראש השמחה ביים שמחת השבע ברכות פונעם חתן א זון פון הנגיד החסיד רבי אליהו שלאסבערג שליט"א כאות הוקרה והערכה פאר'ן חשובן נגיד וועלכע לאזט זיך קאסטן סכומים אדירים לטובת מוסדות הקדושים דחסידי צאנז קלויזענבורג און איבערהויפט פאר די צענטראלע בניני המוסדות אין ארצינו הקדושה ההולכים ונבנים לשם ולתפארת. די שמחת השבע ברכות


אבד חסיד: לעגענדארער חוקר החסידות ר' יצחק אלפסי ז"ל נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון 96 יאר
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דער עולם החסידות ובפרט בקרב חובבי היסטאריע ווערט אויפגענומען מיט צער די פטירה פונעם לעגענדארן חוקר החסידות און מחבר פון הונדערטער ספרי יסוד אין די היסטאריע פון חסידות, הרב יצחק אלפסי ז"ל, רב בית הכנסת 'קוממיות אברהם' אין תל אביב, וואס איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון 96 יאר. ר' יצחק איז געווען א זון פון הרה"ח ר' ישראל אלפסי ז"ל פון די אנגעזעהנער גערער חסידים אין תל אביב, פון קינדווייז אן איז ער צוגעצויגן געווארן צום עולם
bottom of page
