top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הייליגע אוצר פון כלי כסף וזהב מעזבון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע צוטיילט צווישן אלע זיבן קינדער און איידימער

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 3 דקות

פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווי ברייט באריכטעט איז דעם דאנערשטאג כי תבוא אפגעהאלטן געווארן די גורל וחלוקת הירושה אויף די הייליגע אוצר פון הונדערטער כלי כסף וכל זהב מעזבונו פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע וואס איז אייניג צעטיילט געווארן צווישן אלע זיבן קינדער, סיי די זין און סיי די טעכטער.


די סך הכל פון 302 חפצים יקרי ערך, וואס רעכנט זיך צאם צו אן אסטראנאמישע סך הכל סומע פון איבער דריי מיליאן דאלאר, נעמט אריין א לאנגע רשימה פון פילצאליגע סארטן זילבער שטיק און גאלדענע חפצים, ווי בעכערס, כוסות של אליהו, לייכטערס, טעצער, מנורות, טעלערס, אתרוג פושקעס, וויין און ברוינפן פלעשער, נטילת ידים טעפל, עסצייג, שבת מעסערס, זאלץ מעסטלעך, בשמים ביקסלעך, פרוכט שיסלעך, מים אחרונים האלטער, טאביק פושקעס, ליכט-צינדערס, האניג האלטערס, קוויטל-שטוב זייגערס, מגילה האלטער, זילבערנע קיטל-עטרות, טאשן-זייגערס און נאך.


ווי אויך נעמט דאס אריין מערערע טייערע זילבערווארג, ווי זמירות'ער, הגדות, קאנסוס, וכדומה, וואס איז במשך די יארן געשאנקען געווארן פאר'ן רבי'ן דורך חסידים, איינגעראמט אין זילבער כראוי לכבוד מאן מלכי רבנן.


די אלע כלים איז אריבער א גרינטליכע אפשאצונג דורך לאנגיעריגע מומחים אין דעם פעלד, און לויט זייער שאצונג אויף יעדן כלי באזונדער, איז צונויפגעשטעלט געווארן זיבן חבילות, וואס אין יעדע חבילה איז געווארן אריינגעלייגט פון אלע דריי קאטעגאריעס, סיי כלים וואס דער רבי האט געהאט מירושת אבותיו, סיי דעם רבי'נס פערזענליכע כלים, און סיי כלים וואס איז געקויפט געווארן פאר'ן רבי'ן במשך השנים.


די זיבן חבילות זענען פארטיילט געווארן דורך א ישרות'דיגן גורל, פאר אלע זיבן קינדער, די זין, כ"ק האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א. און די טעכטער, משפחת הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטרעאל שליט"א און הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.


כמשעהו בראשונה איז דער גורל פארגעקומען אויפ'ן זעלבן אופן און מקום פון די ערשטע גורל, אינעם זומער היים פונעם עומד בראש החלוקה, הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו בגלילות קרית יואל, מיט א באחדות'דיגע השתתפות פון די אייניקלעך פונעם רבי'ן דער ברך משה, בתוכם הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א אבד"ק בית ברוך קרית יואל בשליחות אביו האדמו"ר מסאטמאר, הרה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א בשליחות אביו האדמו"ר מסאטמאר, הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בשליחות אביו אבד"ק זענטא, הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א אבד"ק ברך משה קרית יואל בשליחות אביו גאב"ד סאטמאר מאנטריאל, הרב שלמה מייזליש בשליחות זקינו גאב"ד סאטמאר בארא פארק, הרב משה הורוויץ שליט"א בשליחות חותנו אבד"ק סאטמאר 15, און הרב יצחק ווירצבערגער משב"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי בשליחותו.


בנוסף האבן זיך משתתף געווען די משמשים בקודש און ראשי הקהילה פון ביידע סאטמארער הויפן, הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו, הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים הי"ו, הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, הנגיד החסיד ר' מאיר הירש הי"ו, הנגיד החסיד ר' אליעזר קעסטנבוים הי"ו און נאך. אזוי אויך האבן זיך באטייליגט די עדים נאמנים אויף די גורל וחלוקת הירושה הגה"צ ר' שלום גליק שליט"א ריש מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר, און הגה"צ ר' שמעון כ"ץ שליט"א דומ"ץ סאטמאר מאנסי.


די גורלות זענען ארויסגעצויגן געווארן דורך די משתתפים ביים חלוקה, די ערשטע חבילה איז געפאלן בחלקו פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר ב"פ שליט"א, די צווייטע חבילה פאר הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, די דריטע חבילה פאר הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, די פערטע חבילה פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די פיפטע חבילה פארן עלטסטן זון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די זעקסטע חבילה פאר הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א, און די זיבעטע חבילה פאר הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א.



תגובות


bottom of page