top of page


מזמור שיר חנוכת הבית: מעמד לחיים און קביעת מזוזות פון נייע ביהמ"ד דחסידי קארלין סטאלין אין בני ברק
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם מיטוואך נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק לכבוד דעם מעמד חנוכת הבית פון די נייע איבערגעבויטע בית המדרש דחסידי קארלין סטאלין אין שטאט, און אויפצונעמען די חסידים תושבי העיר בפרוס ימי הרחמים והרצון. ביים אנקומען אין שטאט איז דער רבי שליט"א צוערשט צוגעפארן צו דער מאחנובקא-בעלזא הויף, וואו ער האט זיך משתתף געווען ביי די מעמד החופה פונעם ערשטן אור-אייניקל בשאר בשרו כ"ק אדמו"ר ממאחנובק


האד' מתולדות אברהם יצחק ערהאלט אוצר פון ספרי קודש מעזבון אביו הרה"ק מתולדות אהרן זצוק"ל נאך דרייסיג יאר פון הסתלקות
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות און עקסטאז ווערט אויפגענומען אין די חסידישע וועלט די היסטארישע נייעס, ווען נאך דריי צענדליגע-יאר פון דער הסתלקות לגנזי מרומים פון כ"ק אדמו"ר בעל "דברי אמונה" מתולדות אהרן זצוק"ל, איז א גאר אומשאצבארער אוצר פון ארום הונדערט ספרים מבית גנזיו אנגעקומען לביתו נאווה קודש פון בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, און וועט בסייעתא דשמייא אין די נאנטע צוקונפט צוטיילט ווערן שווה בשווה צווישן די בני משפחת


זארג איבער מצב הבריאות ביי האד' מוויזניץ; כלל ישראל מתפלל לרפואת מרן ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי וויזניץ בתוך כלל ישראל זענען אין די טעג מרבה בתפילה ותחנונים לרפואתו השלמה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער איז ווייטער אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים און תפילות ישראל. דער רבי שליט"א וועלכער געפינט זיך יעצט במעון קדשו אין מושב אורה, ליידט די לעצטע טעג פון גאר שווערע יסורים אלס רעזולטאט פון די נאכאנאנדע באהאנדלוגנען וואס טוט גאר שטארק אפשוואכן זיינע כוחות. דעם ערב שבת איז דער בית דין צדק


האד' מסאטמאר רעדט צו תלמידי המתיבתא איבער בעפארשטייענדע אודיענץ ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ליל שבת קודש בשעתן עריכת שלחן הטהור מיט די תלמידי המתיבתא אין קרית יואל האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א גערעט צו די בחורים איבער די איינלאדענוג וואס ער האט ערהאלטן אינאיינעם מיט נאך גדולי האדמור"ים פונעם ווייסן הויז צו אפהאלטן אן אודיענץ ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה. דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן פסוק דרשו את שלום העיר, דרשו את שלום המלכות, און געזאגט אונז לעב מיר דא ב"ה אין א מלכות של חסד, די רעגירונג לעבט דא ב"ה גוט מי


ברוך דיין האמת: הרה"צ הישיש רבי יהושע סאפרין זצ"ל מקאמארנא פון מאנהעטן נפטר געווארן אין עלטער פון 91 יאר
זונטאג נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: פון ניו יארק קומט אן די ביטערע בשורה איבער דער פטירה בשיבה טובה פון פאר מקדושים מגזע הייחוס הרה"צ רבי יהושע סאפרין זצ"ל מקאמארנא פון מאנהעטן, וועלכער איז דעם שבת נפטר געווארן אין עלטער פון 91 יאר. רבי יהושע, ווי מען האט אים גערופן בלשון חיבה, איז געבוירן געווארן אין יאר תרצ"ה אין שטאט אונגוואר אין סלאוואקיי צו זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר רבי חיים יעקב מקאמארנא זצוק"ל וואס האט געצויגן א הערליכע יחוס בן אחר בן צ


מסיבת הכרת הטוב פאר תלמידי ישיבה קטנה סאטמאר קרית יואל דורך מפעל הכביר "שקל הטהור" מיסודו פון האד' מסאטמאר
מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט א גייסטרייכע מסיבת הכרת הטוב איז פארגעקומען פארגאנגענעם וואך פאר די הונדערטער תלמידי ישיבה קטנה ד'סאטמאר קרית יואל, לאות הכרה פארן צונויפקלייבן ריזיגע סכומים לטובת דעם פערזענליכן קאסע פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י, קופת "שקל הטהור" להחזקת המוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, אין די קאמפיין טעג ארום די יומדהל"ק כ"ו אב העעל"ט. דער מעמד איז פארגעקומען אויף גאר א פראכטפולער און עלעגאנטער פארנעם אין די '
bottom of page
