top of page


גראנדיעזע איבערבוי פראיעקט אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר טרעט אריין אין לעצטע פאזעס לקראת די הייליגע טעג הבעל"ט
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע זומער וואכן איז אנגעגאנגען דער העפטיגער "פלטרין של מלך" בוי פראיעקט בהיכל בית המדרש הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג, בית מדרשו של רבי, וואו מען גאלאפירט פאראויס מיט א שנעלן אימפעט לפאר, לרומם ולהדר אלצדינג בפנים חדשות, אויף וואס עדת חסידי סאטמאר קוקט שוין ארויס בכליון עיניים. אין די יעצטיגע פאזע פונעם פראיעקט איז די עלעקטעריק ארבעט אינעם גאנצן היכל בית המדרש הגדול שוין פולקאם פארענדיגט געווארן. אזוי אויך איז די


להיזכר לטובה: מעמד כוללות קוויטל פאר טויזנטער תלמידי ישיבות קטנות דחסידי בעלזא
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש טויזנטער תלמידי הישיבות קטנות דחסידי בעלזא פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך דעם מיטוואך אוונט צוזאמגענומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים אויף די יערליכע מעמד 'כוללות קוויטל', ווי די בחורי חמד האבן געהאט די זכיה זיך מזכיר צו זיין אויף א כתיבה וחתימה טובה, ביי כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א להפקד בדבר ישועה ורחמים. יאר יערליך קומט פאר די מעמד הכוללות קוויטל פאר אלע תלמידי הישיבות אינא


האד' מצאנז זמיגראד באזוכט ביי האד' מסאטמאר וויילנדיג אין קרית יואל המורחבת אויף אפרוה
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א וועלכער געפינט דורכאויס די זומער אין בלומינגראוו קרית יואל אויף אפרוה, איז פארגאנגענע וואך אנגעקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לברך ולהתברך בברכת השנים. דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם חשוב'ן גאסט בסבר פנים יפות, ארויסווייזנדיג שטארקע קורת רוח אז מען זעט זיך ווידער מיטן זמיגראדער רבי'ן שליט"א. במשך דעם באזוך איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס


כבני מרון: האד' מסערט וויזניץ ביי קבלת קהל אין שטאט ביתר לקראת די ימי הרחמים והרצון
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


גלה כבוד מישראל: צער נאך פטירה פון בעל היסורים כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש גלה כבוד מישראל: פון די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן קומט אן די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק, חסידא ופרישא, ומדוכא ביסורים, כ"ק האדמו"ר מביאלא אוסטרובא הגה"צ רבי אברהם ירחמיאל ראבינאוויטש זכר צדיק לברכה, וועלכער איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא בדמי ימיו אין עלטער פון איין און זעכציג יאר, נאכן מיטמאכן יסורים קשים ומרים כל ימי חייו און ספעציעל די לעצטע תקופה, ווען ער איז געווען מוטל על ערש דווי


המשכת שלשלת הזהב: גרויסארטיגער שמחת החתונה פון ערשטן אור אייניקל ביי האד' ממאחנובקא בעלזא
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר און אומבאשרייבליכע שמחה דקדושה וחדוה עילאה האט ארומגענומען מאסן חסידי מאחנובקא בעלזא וואס האבן זוכה געווען מיטצולעבן די הייליגע שעה'ן פון המשכת שלשלת הזהב, ודור רביעי ישובו הנה, ווען דער מנהיג העדה ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט דערלעבט די לעכטיגע מאמענט פון די חתונה ביי א דור רביעי, וחסידים ברנה יגילו מיטלעבנדיג די שמחה מיט א זעלטענע געהויבנקייט און טאפנדע התרגשות וואס האט זיך געשפ
bottom of page
