top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז זמיגראד באזוכט ביי האד' מסאטמאר וויילנדיג אין קרית יואל המורחבת אויף אפרוה

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א וועלכער געפינט דורכאויס די זומער אין בלומינגראוו קרית יואל אויף אפרוה, איז פארגאנגענע וואך אנגעקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לברך ולהתברך בברכת השנים.


דער רבי שליט"א האט אויפגענומען דעם חשוב'ן גאסט בסבר פנים יפות, ארויסווייזנדיג שטארקע קורת רוח אז מען זעט זיך ווידער מיטן זמיגראדער רבי'ן שליט"א.


במשך דעם באזוך איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס איבער שיינע ענינים און סיפורי צדיקים מלא תוכן. ספעתיעל איבער הרה"ק מנאסויד זצ"ל וואס די יארצייט איז אויסגעפאלן בו ביום י"א אלול, דער רבי האט דערנאך מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר חתנו הרה"ג ר' חיים מאיר גרינוואלד שליט"א אבד"ק טעטש בארא פארק לרגל שמחת נישואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך, און דער רבי האט ארויסבאגלייט דעם חשובן גאסט ביזן גאס.



תגובות


bottom of page