top of page


הונדערטער בני ירושלים האבן באגלייט למנוחות בנש"ק הרה"צ רבי יהושע סאפרין זצ"ל מקאמארנא פון מאנהעטן
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: JDN נעכטן דינסטאג מיטאג צייט איז דער ארון פון שריד לדור דעה בנש"ק הרה"צ רבי יהושע סאפרין זצ"ל מקאמארנא פון מאנהעטן אנגעקומען קיין ארץ ישראל לקבורה. די לויה האט זיך אנגעהויבן אינעם בית הלויות שמגר אין ירושלים וואו עס זענען געהערט געווארן א רייע הספדים. שפעטער איז די לויה דורך דעם באיאנער קלויז אויף די מלכי ישראל גאס, וואו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז ארויס בראש קהל עדתו אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר ידידו וריעו דער נ


שיינעם באזוך דורך הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א בקרב ק"ק וויזניץ אין שטאט עפולה
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און התרגשות האבן די איינוואינער אין קרית וויזניץ עפולה מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט, הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ בני ברק שליט"א, בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א ספעציעלן באזוך אין די נייע אויפבליענדע וויזניצער קהילה אין שטאט. דער רב שליט"א האט זיך באוויזן אין עפולה זונטאג נאכמיטאג און איז ארומגעגאגנען אין די היכלי התורה און מוסדות אינעם שטאט, צום ערשט אינעם היכל הישיבה


בורא עולם בקנין: אויפבליענדע תלמוד תורה דחסידי דושינסקיא לאנדאן געשלאסן מקח אויף בנין גדול רחבת ידים
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס שמחה און התרגשות ווערט אויפגענומען ביי חסידי דושינסקיא תושבי לאנדאן איבער'ן העכסט-געלונגענעם מקח וואס איז געשלאסן געווארן אויף א בנין גדול רחבת ידים פאר די אויפבליענדע תלמוד תורה דחסידי דושינסקיא אין שטאט, וואס איז הולך וגדול אויף א הערליכן פארנעם לשם ולתפארת. די תלמוד תורה איז געגרינדעט געווארן פאר זעקס יאר צוריק בעידודו וברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, אין א צייט ווען עס האבן זיך אנגעהויבן פארמערן ד


כבני מרון: האד' מצאנז ביי קבלת קהל אין בני ברק לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור קודש אין עיר התורה והחסידות בני ברק, כמדי שנה בשנה, אויפצונעמען די חסידים לקראת די הייליגע טעג הבאים לקראתינו לשלום. אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי צוערשט צוגעפארן צו די היכלי מלכות זאל, וואו דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי א חופה פון א יתום מתלמידי המתיבתא הקדושה אין קרית צאנז. דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן זאל, ווא


בפניא דמעלי שבתא: מעמד קביעת מזוזה דורך האד' מוויזניץ אין פארגרעסערטע היכל ביהמ"ד הגדול
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער דורכאויס די זומער חדשים וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וויילט אין שווייץ אויף אפרוה איז אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ אין בני ברק, אונטערגענומען געווארן א מאסיווע בוי פראיעקט צו פארגרעסן דעם בית המדרש, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידים בליעה"ר וואס קומען וויילן ביים רבי'ן, איבערהויפט אין די הייליגע טעג אין די ימים הנוראים, ווען די געדרענג שרייט זיך ארויס פון יעדן ווינקל שוין עטל


הלילה אחר היום: האד' מלעלוב אפגעראכטן יארצייט פון אמו הרבנית מלעלוב ע"ה למחרת ההילולא
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם מאנטאג איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הרבנית הצדקנית מלעלוב ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר רבי אלתר מלעלוב זצוק"ל. צוליב דעם וואס בנה הגדול כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא איז געווען עטוואס אפגעשוואכט דורכאויס מאנטאג, האט דער רבי מעריך געווען דעם סדר היום אויפצומארגנס פון די יארצייט בבית מדרשו אין בארא פארק. מאנטאג נאכט נאך דריי אזייגער פארטאגס איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד. דער רבי האט
bottom of page
