top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בפניא דמעלי שבתא: מעמד קביעת מזוזה דורך האד' מוויזניץ אין פארגרעסערטע היכל ביהמ"ד הגדול

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער

דורכאויס די זומער חדשים וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וויילט אין שווייץ אויף אפרוה איז אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ אין בני ברק, אונטערגענומען געווארן א מאסיווע בוי פראיעקט צו פארגרעסן דעם בית המדרש, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידים בליעה"ר וואס קומען וויילן ביים רבי'ן, איבערהויפט אין די הייליגע טעג אין די ימים הנוראים, ווען די געדרענג שרייט זיך ארויס פון יעדן ווינקל שוין עטליכע יאר.


דאס קומט אין צייט וואס די בוי ארבעט, ביים נייעם ביהמ"ד הגדול מרכז העולמי ישועות משה וויזניץ א שפאן אוועק זעצט פאר אין פולן שוואונג.


דער יעצטיגער ביהמ"ד הגדול איז פארברייטערט געווארן, סיי אין די ברייט און סיי אין די לענג, אן ערך פן עטליכע צענדליגער פוס וואס ווערן צוגעלייגט צום עקזיסטירנדן שטח צו ערמעגליכן פאר די חסידים צו דאווענען און מיטהאלטן די טישן אינעם גרויסן היכל מיט מער הרחבת הדעת. אין דער זעלבער צייט ווערט אויך די עזרת נשים באדייטנד פארגרעסערט. 


איינע פון די מטרות פון די בוי פראיעקט איז אויך דער בעפארשטייענדע חתונה הגדולה אין די הויפן פון וויזניץ - פרעמישלאן - מאקאווא - מאור חיים, וואס קומט פאר דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט. די פארגרעסערונג פונעם היכל וועט ערמעגליכן צו קענען אפרעכטן די שמחה אויף א גרויסארטיגן פארנעם במקהלות אלפי חסידים.

דעם פרייטאג, בפניא דמעלי שבתא, איז פארגעקומען דער מעמד קביעת מזוזות אין די נייע פארגרעסערטע היכל, בראשות פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט זיך נארוואס אומגעקערט פונעם מקום הנופש אין שווייץ.



בעפאר תפילת מנחה ערב שבת, איז דער רבי שליט"א ערשינען ביים מערב זייט פון בית המדרש. דער רבי האט דערמאנט די יארצייט פונעם אבי השושלת הרה"ק רבי יעקב קאפל חסיד זי"ע, וואס איז אויסגעפאלן בו ביום, און דערביי אנגעהויבן דעם וויזניצער חמול און עוד יזכור. דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום קביעת מזוזות, וואו דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן דעם ניגון לעשות רצונך, און דערנאך געמאכט די ברכה בשם ומלכות און קובע געווען די מזוזה מיט גרויס התרגשות. דאן האט דער רבי געוואונטשן די חשוב'ע נדבנים וואס האבן זיך געלאזט קאסטן פאר דעם פראיעקט, הלא המה הנגידים רבי משה קליגער און רבי ירמיה באמבאך, און די חסידים האבן אויסגעבראכן מיט ניגון שהחיינו און נאך ניגוני שמחה.



תגובות


bottom of page