top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הלילה אחר היום: האד' מלעלוב אפגעראכטן יארצייט פון אמו הרבנית מלעלוב ע"ה למחרת ההילולא

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

דעם מאנטאג איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הרבנית הצדקנית מלעלוב ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר רבי אלתר מלעלוב זצוק"ל. צוליב דעם וואס בנה הגדול כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא איז געווען עטוואס אפגעשוואכט דורכאויס מאנטאג, האט דער רבי מעריך געווען דעם סדר היום אויפצומארגנס פון די יארצייט בבית מדרשו אין בארא פארק.


מאנטאג נאכט נאך דריי אזייגער פארטאגס איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד. דער רבי האט געצינדן ליכט און מפריש געווען צדקה, און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו מעריב בקול רעש גדול און געזאגט די קדישים שטייענדיג מוצאי די יארצייט.


תיכף נאך מעריב האט זיך די ציבור געוואשן צו א סעודה, און דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן א לחיים און טועם געווען פון די מאכלים. בשעתן סעודה האט דער רבי געצינדן ליכט פון די הענג לייכטער, כמנהג ירושלים, און מען האט געזונגען ווארימע און פרייליכע ניגונים. אינצווישן האט דעם רבינס איידעם, הרה"צ ר' אליעזר וויליגער שליט"א, ראה"כ באר מנחם לעלוב, פארגעלערנט משניות און דער רבי שליט"א האט געזאגט דעם קדיש.


דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, רעדנדיג געוואלדיגע שבחים און הפלגות אויף די מוטער, די רעבעצין, במיוחד אירע תפילות און מעשי חסד.


דערנאך האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט פון די הילולא קדישא פון הרה"ק ר' פינחס קאריצער זי"ע און ארום עניני תשובה, שטייענדיג אינעם חודש הרחמים והסליחות. דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב און א גוט געבענטש יאר פאר אלע משתתפים.


מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען חתנו הרה"צ רבי אליעזר וויליגער שליט"א, און נאכן בענטשן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד ארום דעם טיש כדרכו, און דאן פארלאזט דעם בית המדרש, ווען עס איז שוין געווען דער עלות השחר.


אויף צומארגנס, דינסטאג, צוויי אזייגער נאכמיטאג, איז דער רבי אריינגעקומען אין בית המדרש צו שחרית, וואו דער רבי האט פארגעזאגט ברכות בקול חוצב להבת אש, און דערנאך צוגעגאנגען צו שחרית און געזאגט די קדישים. נאכן דאווענען האט דער רבי געהערט שופר מיט א געוואלדיגן דביקות, און איז ארויס אויף א קורצע הפסקה. דערויף איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין בית המדרש, און מען האט געזאגט עטליכע פרקים תהלים, און דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט דעם קאפיטל שיר המעלות אשא עיני מיט א געוואלדיגן התעוררות, נאכגעפאלגט מיט קדיש יתום. דערנאך האט דעם רבי'נס איידעם, הרה"צ רבי אליעזר וויליגער שליט"א, פארגעלערנט משניות, און דער רבי האט געזאגט דעם קדיש.


נאכן לימוד משניות איז געווען צוגעשטעלט תיקון, וואו דער רבי האט פארטיילט לעקאח און בראנפן פאר די חסידים.


שפעטער פארנאכטס איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מנחה, און כמעשה בראשונה צוגעגאנגען צום עמוד בקול גדול און געזאגט די קדישים.


שפעטער ביינאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש לכבוד די יארצייט. בעפארן זיך וואשן, האט דער רבי טועם געווען לחיים און מזונות, און דערנאך געצינדן לעכט. באלד ביים אנהייב פונעם סעודה איז דער רבי ארויס אויף א הפסקה צו קידוש לבנה בחצר ביתו נאוה קודש אויף א פריוואטע פארנעם, און דערנאך ממשיך געווען דעם טיש, וואו דער רבי האט טועם געווען פונעם מאכל חלוה, וואס צדיקי בית לעלוב האבן זיך נוהג געווען צו טועם זיין נאך קידוש לבנה און געטרונקען לחיים.


דערויף האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט צו מעריב און איז צוגעגאנגען צום עמוד מיט א געוואלדיגע התלהבות. נאך מעריב האט מען ממשיך געווען די סעודה, וואו דער רבי האט אריבערגעשמועסט. דער נועם שיח האט דערמאנט עטליכע צדיקים וואס די יארצייטן געפאלן אויס אין די טעג, צווישן זיי דער בן איש חי, וואס די יארצייט איז אויסגעפאלן נעכטן. דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס.


נאכ'ן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען זיין איידעם הרב הצדיק רבי שלום לייפער שליט"א צו פארטיילן כוס של ברכה פאר אלע משתתפים, און דער רבי האט דערביי אנגעהויבן דעם ניגון והריקותי לכם ברכה און ארומגערעדט איבער דעם גרויסן ענין פון כוס של ברכה.


צום שלוס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד און ארומגעטאנצט ארום דעם טיש כדרכו, און דערנאך פארלאזט דעם טיש, און עס איז שוין געווען נאנט צו צוויי אזייגער אויף דער נאכט.



תגובות


bottom of page