גראנדיעזע איבערבוי פראיעקט אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר טרעט אריין אין לעצטע פאזעס לקראת די הייליגע טעג הבעל"ט
- לפני 52 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע זומער וואכן איז אנגעגאנגען דער העפטיגער "פלטרין של מלך" בוי פראיעקט בהיכל בית המדרש הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג, בית מדרשו של רבי, וואו מען גאלאפירט פאראויס מיט א שנעלן אימפעט לפאר, לרומם ולהדר אלצדינג בפנים חדשות, אויף וואס עדת חסידי סאטמאר קוקט שוין ארויס בכליון עיניים.
אין די יעצטיגע פאזע פונעם פראיעקט איז די עלעקטעריק ארבעט אינעם גאנצן היכל בית המדרש הגדול שוין פולקאם פארענדיגט געווארן. אזוי אויך איז די גאנצע לייטינג אינעם היכל הגדול שוין אינסטאלירט געווארן. באזונדער איז אינסטאלירט געווארן א מאסיווער "סאונד סיסטעם" אינעם גאנצן היכל, וואס וועט צוניץ קומען ביי אלע דרשות, שיעורים ומאורעות בקרב הקהלה, בתוככי ביהמ"ד הגדול.
אזוי אויך האט מען פארענדיגט אריינשטעלן די רעלסן פאר די דוקטרינע ווענט אינעם היכל הגדול, וואס וועלן דינען אלס "חדרי התפלה" במשך די ימות החול מיט א געוואלדיגער הרחבת הדעת.
באזונדער זענען די מאסיווע עיר-קאנדישן דאקטס פולקאם אינסטאלירט געווארן לויט די אנווייזונגען פון די געניטע אינדזשענירן, וואס וועלן בעז"ה ברענגען אן ענדגילטיגע לייזונג צום קילונג-פראצעדור בהיכל הגדול, לשביעת רצון הציבור.
גלייכצייטיג גרייט מען זיך אויפצוברעכן א נייעם אריינגאנג צום היכל בית המדרש, דורך דעם צווייטן שטאק פונעם בנין, וואס וועט פירן דירעקט אריין צום היכל, גרייט צו די ימים נוראים הבאים עלינו לטובה.
דער נייער בית הוראה, וואס ווערט אויפגעבויט אויף דער אויבערשטער שטאק פון עזרת נשים, איז שוין אויסגעפרעימט געווארן, סיי דער חדר הוראה זעלבסט, און סיי דער באקוועמער ווארט-צימער פארנט פון לשכת ההוראה.
צוליב די אנגייענדע בוי ארבעט אין ביהמ''ד וועט די גרויסער חתונה פון אן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א, היינטיגן מאנטאג., פארקומען אין די עטרת אברהם זאלן, היות דער ביהמ"ד איז נאכנישט אין דינסט פאר א חתונה וואס נעמט אריין א געוואלד מיט לאגיסטיקס און ארום.
פארלאפענעם מיטוואך אוונט אנקומענדיג קיין וויליאמסבורג נאכן פארוויילן דורכאויס די זומער אין מחנה דברי יואל איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א תיכף צוגעפארן אפשטאטן א באזוך אינעם היכל ביהמ״ד הגדול, זיך אומקוקן אויף די עבודת הקודש פון השלמת המלאכה.
אריינקומענדיג אין היכל האט העסקן מוה״ר יואל בראווער הי״ו וואס שטייט בראש מלאכת הבנין צוגעוויזן פארן רבין די אינגעלייט עושי המלאכה וואס ארבעטן רונדע דעם זייגער צו פארענדיגן די ארבעט כלול בהדרו.
דער רבי שליט״א איז ארומגעגאנגן אינעם גאנצן היכל און געהערט א באריכט מיט אלע דעטאלן פון די בוי ארבעט, אלעס ארום וואס מען האט אריינגעלייגט קאפ און מח ועל כולם מיליאנען דאללארן פארן שיינקייט און כבוד בית מקדש מעט און באקוועמליכקייט פארן ציבור, וואס וועט דינען פאר שבתות וימים טובים חגים ומועדי השנה ושמחות בחצר הקודש, ובימות החול פאר חדרים לתפלה אויפן שענסטן פארנעם בעזהשי״ת.
באזונדער האט זיך דער רבי שליט״א אפגעשטעלט אויף די מחיצות בעזרת נשים און באטראכט דעם מהלך וואס מען האט אריינגעלייגט סיי עס זאל זיין אויסגעהאלטן בצניעות און סיי די נשים צדקניות זאל געהעריג קענען מיטהאלטן פון אויבן דאס דאווענען כראוי.

















תגובות