top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

להיזכר לטובה: מעמד כוללות קוויטל פאר טויזנטער תלמידי ישיבות קטנות דחסידי בעלזא

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק וא.מ.ש

טויזנטער תלמידי הישיבות קטנות דחסידי בעלזא פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך דעם מיטוואך אוונט צוזאמגענומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים אויף די יערליכע מעמד 'כוללות קוויטל', ווי די בחורי חמד האבן געהאט די זכיה זיך מזכיר צו זיין אויף א כתיבה וחתימה טובה, ביי כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א להפקד בדבר ישועה ורחמים. יאר יערליך קומט פאר די מעמד הכוללות קוויטל פאר אלע תלמידי הישיבות אינאיינעם, און דאס יאר צוליב די ריבוי התלמידים האט מען איינגעטיילט די מעמד עקסטער פאר די ישיבות קטנות און עקסטער פאר די ישיבות גדולות וועלכע וועלן קומען קיין ירושלים אין די נאנטע וואכן אויף א כוללות קוויטל.


צו די באשטימטער צייט איז דער רב שליט"א ערשינען צום מעריב אינעם גרויסן שטוב. דערנאך האבן די בחורים געזונגען א ניגון הכנה, דאן האט מען געהערט דברים חוצבים להבות אש מפום ממלל רברבן די רב שליט"א, דברי התעוררות כהכנה וצו די הייליגע טעג, און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב מיט א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע בחורי חמד הקטנים עם הגדולים.


נאך די דברות קודש האט מען איבערגעגעבן די כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע טויזנטער בחורים בלי עין הרע, און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, בעת די רב שליט"א האט געליינט דעם קוויטל.


צום שלוס פונעם מעמד האט דער רב שליט"א פארטיילט האניג פאר די מרביצי תורה און כלי קודש אין די ישיבות און דערנאך זענען בחורים דורך מול פני הקודש זיך צו וואונטשן מיט א גוט געבענטשט יאר.



תגובות


bottom of page