גלה כבוד מישראל: צער נאך פטירה פון בעל היסורים כ"ק אדמו"ר מביאלא אוסטרובא זצ"ל
- לפני 16 שעות
- זמן קריאה 4 דקות
מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

גלה כבוד מישראל: פון די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן קומט אן די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק, חסידא ופרישא, ומדוכא ביסורים, כ"ק האדמו"ר מביאלא אוסטרובא הגה"צ רבי אברהם ירחמיאל ראבינאוויטש זכר צדיק לברכה, וועלכער איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא בדמי ימיו אין עלטער פון איין און זעכציג יאר, נאכן מיטמאכן יסורים קשים ומרים כל ימי חייו און ספעציעל די לעצטע תקופה, ווען ער איז געווען מוטל על ערש דווי ביז ער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה ובוראה.
דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן כ"ה סיון תשכ"ה אין שטאט בני ברק, אלס דער דריטער זון צו זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק זצ"ל בעל להבת דוד, און צו זיין מוטער הרבנית ע"ה, טאכטער פון הגה"ח ר' יקותיאל יוסף בערקאוויטש זצ"ל. ער האט געצויגן א גאר חשובן יחוס מבית אבותיו ביז צום הייליגן יהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע, ווי אויך צו די צדיקים קדושי עליון לבית לענטשנא, אוסטרובא, און אוזרוב. אין זיינע יונגע יארן איז ער אויפגעוואקסן און זיך געווייקט בצילו הטהור פון זיין גרויסן זיידן הרה"ק בעל חלקת יהושע מביאלא זי"ע, פון וועמען ער האט קונה געווען מלוא חפניים קדושה וטהרה פון זיין באקאנטע עבודת הקודש כחד משרפי קמאי.
פון יונגווייז אן איז דער רבי זצ"ל געווען באקאנט אלס א תלמיד חכם עצום און א מתמיד נפלא וואס לא מש מאהלה של תורה. אין זיינע בחורישע יארן האט ער געלערנט אין די בארימטע פאנאוויזשער ישיבה, וואו ער איז געווען פארעכנט אלס איינער פון די אריות שבחבורה. שטענדיג האט מען אים געזען זיצן ביי די גמרא, זייענדיג א בקי בש"ס ופוסקים און א גאון מופלג וואס האט עוסק געווען בתורה יומם ולילה.
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין אשת נעורים הרבנית הצדקנית מרת לאה ע"ה, טאכטער פון כ"ק אדמו"ר רבי אברהם שלמה מלעלוב זצוק"ל. נאך די חתונה האט ער זיך באזעצט אין ירושלים נעבן זיין גרויסן שווער. ספעציעל איז ער געווען גאר שטארק באליבט ביי זיין גרויסן פאטער דער ביאלא רבי זצ"ל, און איז אים געשטאנען לימינו, ספעציעל נאך די הסתלקות פונעם זיידן דער חלקת יהושע זצ"ל ווען ער האט זיך אוועקגעגעבן מיט מסירות נפש צו העלפן גרינדן און אוועקשטעלן דעם ביאלא הויף אין בני ברק.
נאך די הסתלקות פון זיין פאטער אין יאר תשנ"ח האט דער רבי זצ"ל זיך אריבערגעצויגן צו די גבעת שאול געגנט אין ירושלים, וואו ער האט מייסד געווען זיין ביהמ"ד און דעם חצר הקודש ביאלא אוסטרובא על שם אבותיו הקדושים, און האט אנגעהויבן משפיע זיין פאר פילע אידן, במיוחד מיט זיינע הארציגע תפילות וואס זענען געווען יורדים לחדרי בטן.
דער רבי האט אנגעקניפט א שטארקן קשר מיט פילע אידן מאחינו הספרדים און מיט אזעלכע נשמות וואס זענען געווען ווייט פון תורה ומצוות. דער רבי האט מיט זיין אהבת ישראל און ימין מקרבת לקרובים ורחוקים, פארשטאנען צו יעדן נפש און זיי נענטער געברענגט לאביהם שבשמים. באזונדער האט ער אוועקגעשטעלט מוסדות קירוב אין ווייטע געגנטער אין אמעריקא, ווי אין מאנהעטן, לאס אנדזשעלעס און מיאמי וואו ער פלעג כסדר פארן און עוסק זיין אין די הייליגע פעולות.
דער רבי זצ"ל איז געווען א דמות פלא, ער האט זעלטן געפראוועט טישן ברבים און איז אנטלאפן פון פירסום. בלויז צוויי מאל א יאר איז ביי אים געווען אן עת רצון ווען ער פלעגט פראווענען טישן, דאס איז געווען זאת חנוכה און פורים, ווען די פילע אידן וואס זענען געווען מקושר צו אים בלב ונפש, פלעגן קומען זיך וואונטשן מברכות פיו, און רבים נושעו מברכותיו.
דער רבי זצ"ל איז געווען א ריכטיגער מדוכא ביסורים וואס האט מיטגעמאכט אן א שיעור צרות ל"ע און יסורים קשים וואס ער האט מקבל געווען באהבה ובאמונה. בפרט די לעצטע פופצן יאר האט ער מיטגעמאכט א צאל פערזענליכע טראגעדיעס, אנגעהויבן חודש סיון תשע"ב האט ער פארלוירן זיין אשת נעורים הרבנית ע"ה נאך יארן פון ביטערע יסורים, שפעטער אין יאר תשע"ו האט אים באטראפן נאך א שווערער אומגליק ווען זיין טאכטער מרת חנה פעשא פרענקל ע"ה, איז פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן אין א שווערע באס עקסידענט, והאחרון הכביד מיט עטליכע חדשים צוריק ווען זיין עלטסטער זון, הרה"צ ר' משה מרדכי ראבינאוויטש ז"ל, איז פלוצים נפטר געווארן אין עלטער פון זעקס און דרייסיג יאר.טראץ וואס דער רבי האט פרובירט ווייטער אנצוגיין מיט זיין עבודת הקודש מיט מסירות נפש, האט ער זיך גאר שווער געטרייסט נאך די פארלוסט פון זיין זון, וואס איז געווען זיין גאנצע נחמה, און עטליכע חדשים דערויף וויילנדיג אין אמעריקא אויף אפרוה, האט ער געליטן א שווערע סטראוק. ליידער האט דער מצב זיך פארערגערט, און היינט אינדערפרי האט דער רבי אויסגעהויכט זיין אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה ובוראה, אין די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן וואו ער איז געווען שפיטאליזירט די לעצטע צוויי וואכן.
דער רבי זצ"ל לאזט איבער נאך זיך זיין לעצט פארבליבענע זון הבחור החשוב יחיאל יהושע ני"ו, זיין טאכטער אשת הרב משה לאבין שליט"א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשויב וויליאמסבורג שליט"א, און זיינע אייניקלעך די יתומים קינדער פון בנו הרב משה מרדכי ז"ל. אויך לאזט דער רבי איבער זיינע חשובע געשוויסטער כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מביאלא בארא פארק שליט"א און הרה"צ רבי צבי יאיר שמואל ראבינאוויטש שליט"א אבד"ק ביאלא בני ברק. זיינע שוועסטערס הרבנית אשת כ"ק אדמו"ר משידלובצא שליט"א און הרבנית אשת כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א.
פרטים איבער די לוויה וועלן נאכפאלגן.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות, ושלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.






תגובות