top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבת הכרת הטוב פאר תלמידי ישיבה קטנה סאטמאר קרית יואל דורך מפעל הכביר "שקל הטהור" מיסודו פון האד' מסאטמאר

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שבת פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט

א גייסטרייכע מסיבת הכרת הטוב איז פארגעקומען פארגאנגענעם וואך פאר די הונדערטער תלמידי ישיבה קטנה ד'סאטמאר קרית יואל, לאות הכרה פארן צונויפקלייבן ריזיגע סכומים לטובת דעם פערזענליכן קאסע פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י, קופת "שקל הטהור" להחזקת המוסדות על טהרת הקודש בארה"ק, אין די קאמפיין טעג ארום די יומדהל"ק כ"ו אב העעל"ט. דער מעמד איז פארגעקומען אויף גאר א פראכטפולער און עלעגאנטער פארנעם אין די 'סליפ אין' האטעל אין שכונת בלומינגראוו קרית יואל, בראשות כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א, וועלכע איז ספעציעל געקומען ממעונו הקודש אין מחנה דברי יואל סוואן לעיק צו באשיינען דעם מעמד.


דער מעמד האט אנגעפירט בנועם לשונו הרה"ח ר' שמעון ראבינאוויטש שליט"א, אן אינטרעסאנטע פאנעל איז אפגעהאלטן געווארן מיט הר"ר אביגדור שלום שווארטץ שליט"א פון די עתיקים ליציטאציע פירמע, וועלכע איז געשטאנען אין שפיץ ביים "חלוקת הירושה" פון הגה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, און האט דערביי צוגעוויזן גאר אסאך היסטארישע ווערדפולע אנטיק חפצים וואס ער האט ביי זיך אין באזיץ, אינצווישן זיי א ווייסע וועסטל פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס איז יעצט ארויסגעשטעלט געווארן צום פארקויפן.


דערנאך איז געהערט געווארן גאר א אינטרעסאנטע דרשה דורך הרה"ח ר' יואל לאווי שליט"א כותב התורות ביים סאטמארער רבי'ן שליט"א. מען האט דערנאך געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מיט הארציגע דברי הוקרה פאר די חשובע תלמידים. דערנאך האט דער רבי שליט"א פארטיילט פרסים פאר די בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים, און ספעציעלע 'סליחות'ער' אלס א מנחת מזכרת לאות הוכרה.



תגובות


bottom of page