אבד חסיד: לעגענדארער חוקר החסידות ר' יצחק אלפסי ז"ל נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון 96 יאר
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

דער עולם החסידות ובפרט בקרב חובבי היסטאריע ווערט אויפגענומען מיט צער די פטירה פונעם לעגענדארן חוקר החסידות און מחבר פון הונדערטער ספרי יסוד אין די היסטאריע פון חסידות, הרב יצחק אלפסי ז"ל, רב בית הכנסת 'קוממיות אברהם' אין תל אביב, וואס איז נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון 96 יאר.
ר' יצחק איז געווען א זון פון הרה"ח ר' ישראל אלפסי ז"ל פון די אנגעזעהנער גערער חסידים אין תל אביב, פון קינדווייז אן איז ער צוגעצויגן געווארן צום עולם החסידות, און האט זיך מדבק געווען בכל נימי נפשו אין אדמור"י בית גור, מרנן בעל בית ישראל, דער לב שמחה, און דער פני מנחם, צו וועם ער איז געווען מקושר און פון זיי יונק געווען דעם פלאם צום אור החסידות אין וואס ער האט עוסק געווען כל ימי חייו.
ר' יצחק האט זוכה געווען צו אראפברענגען אן אור פון חסיד'ישע היסטאריע אויף א פארנעם וואס איז קיינמאל פריער נישט געווען, און אדאנק אים האבן חסידי'ישע אידן די גאנצע חסיד'ישע וועלט פון אלע חצרות הקודש באקומען א נייע ווארעמע אינטערעסע צו פארשן דעם יחוס און אפשטאם פון זייערע רבי'ס און די שלשלת הקודש וואס ציט זיך דור אחר דור ביז'ן הייליגן בעשטה"ק זי"ע ותלמידיו הקדושים.
אין לויף פון פילע צענדליגער יארן האט ר' יצחק געווידמעט זיין לעבן און זיין פליסיגע פעדער צו חוקר זיין און מעלה זיין על גבי הכתב די סדר הדורות פון די צדיקי הדורות ואבות החסידות, און ער האט במשך השנים פארפאסט אן אומגלויבליכע צאל פון "איבער 90 ספרים" וואס איז נכסי צאן ברזל אין די גאנצע חסיד'ישע וועלט.
ר' יצחק איז נאכגעגאנגען מיט א געוואלדיגע דייקנות יעדע שטיינדל פון יעדע גזע, און מברר געווען מיט א קראנטקייט די די פארצווייגטע אילני היחס גזע היחס, וואס ער האט אלעס פארשריבן און מפרסם געווען על פני תבל, ספעציעל איז היסטאריש באקאנט זיין סעריע ספרים "החסידות מדור לדור", דער ספר "תולדות החסידות", "תולדות האדמורי"ם". און נאך פילע.
ר' יצחק האט אפגעשריבן זיינע פילע ספרים מיט די אייגענע צען פינגער, מיט זיין גאלדענע שריפט, און ער האט זיך קיינמאל נישט באנוצט מיט טעכנאלאגישע מיטלען צו פארלייכטערן די ארבעט.
אין זיינע ספרים האט ער פאראייביגט די קורות חייהם פון הונדערטער צדיקים וקדושי עליון און באקאנטע חסידי'שע פערזענליכקייטן במשך הדורות, פון וואס אלע מחברי ספרים אויף היסטאריע און קורות הדורות לתולדות החסידות באנוצן זיך פאר זייערע ווערק.
במשך פילע יארן האט ר' יצחק משמש געווען אלס רב אין בית הכנסת 'קוממיות אברהם' אין תל אביב, וואו ער האט מרביץ תורה געווען און מקרב געווען אסאך אידן לאבינו שבשמים.
אין די לעצטע יארן איז ר' יצחק שטארק אפגעשוואכט געווארן, אבער זיין חסיד'ישע גייסט האט אין אים געפלאמט ביז'ן לעצטן טעג, זייענדיג בצלילות הדעת ביז די לעצטע רגעים, ווען ער האט מחזיר געווען נשמתו ליצרו, ערוועקנדיג א טרויער בעולם החסידות ובפרט ביי די אומצאליגע אידן וועלכע זענען נהנה ממעשי ידיו להתפאר.





תגובות