top of page


מעמד קביעת מזוזות אין נייע בנין ישיבה גדולה מאחנובקא בעלזא אין ירושלים בראשות האד' ממאחנובקא בעלזא
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך, ליל שישי, האבן די תלמידים אין דער מאחנובקא בעלזא ישיבה גדולה אין ירושלים מקבל פנים געווען פני הקודש פונעם נשיא הישיבה כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך בין כותלי הישיבה לרגל דעם נייעם זמן, און במיוחד לכבוד די התחדשות פונעם נייעם בנין הישיבה אין די גבעת שאול געגנט אין ירושלים, נאכדעם וואס די ישיבה איז ביז היינט געווען סטאנציאנירט אין א בנין אין די הר נוף געגנט אין ירושלים, ו


האד' מראחמיסטריווקא באזוכט ביי האד' מסאטמאר לקראת ראחמיסטריווקא חתונה אין שטאט קרית יואל
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענעם ליל שישי בעת די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, איז אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער איז געקומען איינלאדענען דעם רבי'ן צו די חתונה פון אן אייניקל וועלכע איז פארגעקומען דעם זונטאג אין שטאט קרית יואל. די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח פארשידענע סיפורי צדיקים איבער די צדיקים לבית טשערנאביל. דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם גאסט מיט לחיים און


אלטע ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא וועט ווערן איינגעווארפן נאך וואס טייל פונעם בנין איז איינגעפאלן
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש באלד דריי וואכן נאכדעם וואס טייל פון די ווייבער שוהל דאך אינעם אלטן ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא איז פלוצלינג איינגעפאלן, האבן אינזשענירן וועלכע האבן איבערגעקוקט די זיכערהייט פון די געביידע באפוילן אז דאס גאנצע בנין וועט דארפן ווערן אראפגענומען, צוליב חששות איבער די סטאביליטעט פונעם בנין זייענדיג א מקום סכנה. דער בנין איז געבליבן אפגעשפארט זינט דעם איניצידענט פריער דעם חודש, ווען א טייל פונעם דאך פונעם עזרת נשים העכער די מי


גרויסן ציבור תלמידים וחסידים ביי סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל פארגעקומען אין שטאט קרית יואל
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענע וואך, אין די טעג נאך די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, בעל רזא דאמונה, איז אפגעהאלטן געווארן א שיינעם סעודת הילולא אינעם שטאט קרית יואל, וואו א גרויסער ציבור קרעטשניפער חסידים און מעריצים פון קרית יואל ומחוצה לה זענען זיך צונויפגעקומען מעלה צו זיין זכרונו הבהיר של אותו צדיק. די יארצייט סעודה איז פארגעקומען זונטאג אוונט אין די בית רחל זאל אין שטאט, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשנ


געהויבענע באזוך פון האד' מסאטמאר אין קרית יטב לב לאזט איבער רישומא דקדושה אויף תושבי העיר זקנים עם נערים
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א דערהויבענע באזוך איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם וואך דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יטב לב אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א אבד"ק קרית יטב לב וואס איז נישט לאנג צוריק אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא אין שטאט. דער רבי איז צוערשט אנגעקומען אין תלמוד תורה וואו די תלמידים האבן אפגעווארט דעם רבי'ן און עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים לכבודו ביי וועלכן די קינדער האבן געזונגען ספעציעלע חרוז


האד' מצאנז באזוכט אין שטאט חיפה אין ראם פון די מסעות קודש צווישן די שטעט צום נייעם יאר
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין אין ראם פון די מסעות קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א צווישן די שטעט אין ארץ ישראל, אויפצונעמען די חסידים בפרוס ימי הרחמים והרצון איז דער רבי אנגעקומען צום שטאט חיפה וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן פאריגע וואך מאנטאג איבערן טאג. דער רבי איז צוערשט צוגעפארן אויף א באזוך ביי ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מנדבורנה חיפה שליט"א, וואו ער איז דורש געווען בשלום בריאותו, און ס'איז ארומגעשמועסט געווארן איבער מנהגים פון
bottom of page
