top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן ציבור תלמידים וחסידים ביי סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל פארגעקומען אין שטאט קרית יואל

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארלאפענע וואך, אין די טעג נאך די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, בעל רזא דאמונה, איז אפגעהאלטן געווארן א שיינעם סעודת הילולא אינעם שטאט קרית יואל, וואו א גרויסער ציבור קרעטשניפער חסידים און מעריצים פון קרית יואל ומחוצה לה זענען זיך צונויפגעקומען מעלה צו זיין זכרונו הבהיר של אותו צדיק.


די יארצייט סעודה איז פארגעקומען זונטאג אוונט אין די בית רחל זאל אין שטאט, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א, וואס האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פון ארצינו הקדושה וואו דער רבי האט פוקד געווען דעם ציון הקדוש בעצם יומא דהילולא. נאך מנחה האט מען זיך געוואשן צו די סעודה רחבה וואס איז געווען צוגעשטעלט לכבוד היום. נאכ'ן טרינקען לחיים האט דער רבי שליט"א משמיע געווען די צענטראלע דברות קודש.


באזונדער האט מען געהערט א שיינעם דרשה דורכ'ן גאסט רעדנער כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק, און דערנאך האט מען געהערט דברי זכרון פון דעם רבי'נס איידעמער הגה"צ אב"ד תולדות אהרן מאנסי שליט"א און הגה"צ ר' חיים אליהו יואל אילאוויטש שליט"א.


ווי אויך האבן זיך משתתף געווען מערערע רבנים פון שטאט און אנשים חשובים, מוקירי זכרו פונעם בעל הילולא, צווישן זיי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, הרב הצדיק רבי יהושע מרדכי לייפער האדמו"ר מנדבורנא באניא קרית יואל, הגה"צ אב"ד אוהעל בארא פארק שליט"א, הרה"צ רבי חיים מנחם לייפער שליט"א, אב"ד קדושת צבי, הרה"צ רבי דוד משה ראזענבוים, רב בית המדרש תפילה לדוד קרעטשניף, הרב יחזקאל שרגא און הרב אריה מרדכי ראזענבוים, בני כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, און נאך פיל.



תגובות


bottom of page