top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענע באזוך פון האד' מסאטמאר אין קרית יטב לב לאזט איבער רישומא דקדושה אויף תושבי העיר זקנים עם נערים

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א דערהויבענע באזוך איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם וואך דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יטב לב אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א אבד"ק קרית יטב לב וואס איז נישט לאנג צוריק אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא אין שטאט. דער רבי איז צוערשט אנגעקומען אין תלמוד תורה וואו די תלמידים האבן אפגעווארט דעם רבי'ן און עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים לכבודו ביי וועלכן די קינדער האבן געזונגען ספעציעלע חרוזים. דערנאך איז יעדער תלמיד באזונדער אריבערגעגאנגען דעם רבי'ן געבענטשט צו ווערן בברכת השנים.


פון דארט איז דער רבי אריבערגעגאנגען אויף א באזוך אינעם נייעם הויז פונעם רב, וועלכער גרייט זיך שוין אט אריינצוציען אין שטאט. דער רבי האט באטראכט און איז נתפעל געווארן פון די דירה, וועלכע ווערט ספעציעל אויסגערישט פארן רב אין די הערליכע עמערלד דעוועלאפמענט וועלכע ווערט געבויט דורך הנגיד ר' ישראל חיים בערקאוויטש הי"ו, וואו די הייזער ווערן אין די טעג פארענדיגט און פרישע פאמיליעס גרייטן זיך בקרוב אריינצוציען.


דערנאך איז דער רבי שליט"א אריבער באטראכטן די בוי-ארבעט ביים נייעם בית מדרש הגדול אין קרית יטב לב און האט באוואונדערט די גאלאפירנדע ארבעט וואס רוקט זיך פאראויס גאר שנעל אויף אלע פראנטן צום פתיחת שערים לקראת ראש השנה תשפ"ז הבעל"ט, דער רבי האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר די  עוסקים במלאכת הקודש.


פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער לביתו נאוה קודש אין שטאט ווי דער ציבור חסידים איז אריין לברך ולהברך לקראת ימי החרמים והרצון, אויפדערנאכט איז פארגעקומען דער שלחן הטהור וסעודת הילולא לרגל יומא דהילולא פון הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע אין ביהמ"ד אור החיים אין שטאט. 



תגובות


bottom of page