top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלטע ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא וועט ווערן איינגעווארפן נאך וואס טייל פונעם בנין איז איינגעפאלן

  • לפני 22 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

באלד דריי וואכן נאכדעם וואס טייל פון די ווייבער שוהל דאך אינעם אלטן ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא איז פלוצלינג איינגעפאלן, האבן אינזשענירן וועלכע האבן איבערגעקוקט די זיכערהייט פון די געביידע באפוילן אז דאס גאנצע בנין וועט דארפן ווערן אראפגענומען, צוליב חששות איבער די סטאביליטעט פונעם בנין זייענדיג א מקום סכנה.

דער בנין איז געבליבן אפגעשפארט זינט דעם איניצידענט פריער דעם חודש, ווען א טייל פונעם דאך פונעם עזרת נשים העכער די מינינים שטיבלך איז איינגעפאלן.  בחסדי שמים איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן  טראץ וואס דער שטאק פון די חדרי תפילה ווירבלט מיט כסדר'דיגע מנינים און הונדערטער מתפללים דרייען זיך דורך דעם שטאק טאג טעגליך.

נאך דעם אינצידענט, האט די הנהלת ביהמ"ד הגדול געמאלדן אז דער אלטער בנין וועט בלייבן פארשפארט לעת עתה, און די תפילות זענען אריבערגעפירט געווארן אין דעם נייעם בית המדרש הגדול.

נעכטן מאנטאג איז דורכגעפירט געווארן א גרינטליכע אונטערזוכונג וואו די  אינזשענירן האבן באשטימט אז דער אלטער בנין קען נישט בלייבן שטיין און וועט עווענטועל דארפן ווערן אינגאנצן צונומען. 

דער אלטער בית המדרש וועט דערווייל בלייבן אינגאנצן פארשפארט פארן ציבור, בשעת מען גרייט זיך אין די קומענדיגע חדשים גענציך צו אראפווארפן דעם בנין.

דאס ברענגט מיט זיך א געוויסע שוועריקייט שטייענדיג בעפאר די ימים טובים, ראש השנה און יום כיפור, ווען די טישן האבן געזאלט פארקומען אינעם אלטן בית המדרש, און אויך דורכאויס דעם קומענדיגן ווינטער איז געווען דער פלאן צו דאווענען דארט אלע שבתים און אויך אין די וואכן טעג, בשעת מען ענדיגט צו די בוי־ארבעט צו פארענדיגן דעם נייעם בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא, און די ראשי העסקנים זענען אצינד פארנומען צו זוכן א לעזונג דערצו.

תגובות


bottom of page