מאנטיסעלא: שבת מעין עולם הבא פאראיבער אין מחנה ישיבה קטנה תפארת שלמה באבוב 45 מיט האד' מבאבוב 45
- לפני 51 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' כי תבא • י''ב אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום, אייזיק ג. ואייזיק י.
די וואך שבת האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, געוויילט אין מחנה ישיבה קטנה תפארת שלמה, ביי וועלכן די תלמידי הישיבה האבן זיך אנגעשעפט מלוא חפניים תורה וחסידות אויף א גאר א געהויבענע פארנעם.
ערב שבת קודש נאמכיטאג, איז דער רבי אנגעקומען בשערי המחנה אין מאנטיסעלא, וואו די בחורים האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשירה וזמרה, די בחורים זענען אדורך שלום נעמען, און דער רבי שליט"א איז צוגעפארן צו די אכסניא בבית בנו הרה"צ רבי שלום שליט"א, ר"מ בישיבה.
ביים זמן הדלקת הנרות איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די מעמד טלית לייגן אין די חדר האוכל פון דעם קעמפ. דער רבי שליט"א האט מתקן געווען דעם עירוב, און איבערגעגעבן די זיכוי הפת פאר הרה"צ ר' חיים הערש ראטענבערג שליט"א, אב"ד פינטשוב, ר"מ בישיבת אוהל תורה, וואס איז א שכן טוב פונעם קעמפ. דערנאך איז פארגעקומען די מעמד טלית לייגן, און נאכן לערנען ספר הקדוש נועם אלימלך, האט דער רבי שליט"א טועם געווען פון די מאכלי שבת און אנגעטון די טלית מיט די מקובל'דיגע ניגונים.
נאך מנחה האט דער רבי'נס עלטסטע זון, הגה"צ ר' יוסף שליט"א, ראש הישיבה אויפגעטרעטן מיט א קורצע דרשה און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם רבנן ותלמידיהון, ארויסברענגענדיג די הרגשים לקראת דעם געהויבענעם שבת, און צוגעענדיגט מיט "ברכנו אבינו כולנו כאחד", אז דער טאטע, דער רבי שליט"א, זאל אונז בענטשן, און איבערלאזן הויפענעס מיט השפעות פון דעם געהויבענעם שבת.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' יוסף שליט"א ראש ישיבה. נאך קבלת שבת זענען אלע בחורים אדורך זאגן גוט שבת ביים רבי'ן. נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום טיש, אנגעהויבן פון שלום עליכם. אנדערש ווי אלע אנדערע שבתים אין די זומער ווען דער רבי שליט"א קומט אריין פאר כל מקדש, האט דער רבי שליט"א געמאכט אן אויסנאם לכבוד די בחורים און איז אריינגעקומען צו קידוש.
ביים טיש האט דער רבי שליט"א משמיע געווען עטליכע מאל דברות קודש, התעוררות והדרכה פאר די בחורי חמד. דער טיש האט זיך פארצויגן פאר לענגערע שעות, און האט זיך געענדיגט נאך חצות הלילה מיט די געהויבענע טאנץ פון "תנו שבח" ווען דערנאך האבן די בחורים אהיימבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א, וואו עטליכע בחורים האבן זוכה געווען בגורל במשך דעם שבת אהיימשפאצירן מיט'ן רבי'ן און מקבל זיין תורה וחסידות פונעם באר החיים.
שבת אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צו די סדר הלימוד פון די בחורים, און זיך אומגעקוקט און געשעפט קורת רוח ווי די בחורים זיצן און לערנען שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' ישראל סעקולא שליט"א, אב"ד ישמח ישראל יוניאן, ר"מ בישיבה. שחרית האט געדאווענט הרה"ג ר' בנימין מאנדלבוים שליט"א, ר"מ בישיבה. נאך שחרית האט דער מנהל, הרה"ג ר' זושא איינהארן שליט"א, אויפגעטרעטן מיט א דרשה און ארויסגעברענגט בשבחם פון די בחורי חמד אז זיי זענען געזעסן און געלערנט פלייסיג די לעצטע פאר וואכן און האבן זיך צוגעגרייט בהכנה דרבה מיט שעות רצופות און דפים גמרא. דערביי האבן די בחורים זיך צוזאמגענומען בחבורה אחת און אפגעקויפט דעם רבינס עלייה פאר שעות רצופות און טויזנטער בלעטער גמרא. נאכדעם האט מען פארקויפט די אנדערע עליות פאר די מרביצי תורה אין די ישיבה.
צו תפילת מוסף האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט בנו הרה"צ רבי שלום שליט"א. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געמאכט קידוש, און משמיע געווען א שמועס פאר די בחורים, בחיזוק לימוד התורה, און ארויסגעברענגט לשבח פון די שעות רצופות און פון די דפים גמרא און די קורת רוח וואס ער האט געהאט דערפון. די סעודת שבת האט דער רבי געפראוועט אין די אכסניא פריוואט מיט די בני המשפחה.
שבת נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א געקומען צו פירות טיש, און משמיע געווען א שיינע שמועס בענין לימוד התורה בעיון. נאך מנחה אינעם געהויבענע זמן פון רעוא דרעוין, האט מען זיך געוואשן צו שלש סעודות און געזונגען די זמירות כנהוג.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען א פייערדיגע שמועס פאר די בחורי חמד, מיט עטליכע ענינים התעוררות והדרכה פאר א משך פון א שעה צייט.
נאך מעריב האט דער רבי שליט"א געמאכט הבדלה ברבים. נאכדעם איז פארגעקומען די קביעות'דיגע מוצאי שבת סדר אויף וואס דער רבי שליט"א לייגט א שטארקן דגוש מאז ומקדם, ווי צוויי בחורים האבן זוכה געווען בגורל צו לערנען בחברותא מיט'ן רבי'ן שליט"א, און דער רבי שליט"א האט, מן ההר אל העם, געלערנט מיט די בחורים פאר א משך זמן. נאך די סדר הלימוד איז פארגעקומען דער מעמד הבאגלייטן, ווי מ'האט אהיים באגלייט די רבי'ס בשירה ובזמרה.
אנקומענדיג צו די אכסניא האט דער רבי געוואונטשן ברכת הקודש פאר אלע תלמידי הישיבה. דערנאך האבן בחורים ממשיך געווען צו זינגען און טאנצן א לענגערע צייט זייענדיג נאך אונטערן איינדרוק נאכן מיטלעבן אזא געהויבענעם יום שבתון אין לשכוח.































תגובות