top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

והלך לפניך צדקך: עולם החסידות אין טיפן טרויער נאך הסתלקות פון חסידא ורחימא כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק זצ"ל

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' כי תבא • י"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט אומגעהויערע צער און טרויער ווערט אויפגענומען בעולם החסידות די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק, חסידא ורחימא, עושה חסד לאלפים, כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק הגה"צ רבי ברוך הלבערשטאם  זצ"ל, וועלכער איז יעצט פארנאכטס נסתלק געווארן אין עלטער פון 70 יאר, לדאבון לב כל בית ישראל.

מיט'ן פטירה פונעם רבי'ן ז"ל איז איבערגעריסן געווארן א בריק פון אן אמאליגן באגריף פון א חסיד המתחסד עם קונה, און א מושלם בג' עמודי עולם, ובפרט אינעם עולם חסד יבנה, סימבאליזירנדיג א דמות פון "כל כולו חסד".במיוחד האט זיך דער רבי מצטיין געווען אין די מדה פון "הכנסת אורחים" למעלה מן המשוער, מיט די הכנסת אורחים דברוקלין וואס ער האט מייסד געווען, צושטעלנדיג אש"ל מלא פאר גבאי צדקה, משולחים און יעדן צובראכן הארץ וואס האט געהאט א ווארעמע היים, אין דעם ביתו של אברהם אבינו, און דער רבי ז"ל איז זעלבסט געשטאנען על המשמר צו באזארגן די געסט און זיכער מאכן אז יעדער וואס טרעט איבער דעם שוועל גייט ארויס זאט און איז מסודר מיט אן אכסניא במעונו של חסד.

דער רבי ז"ל איז געבוירן געווארן חודש אייר בשנת תשט"ו אין ברוקלין אלס בן הבכור צו זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק זצ"ל, וועמענס אבות הקדושים האבן משמש געווען ברבנות אין שטאט צאנז דור אחר דור ביז צום הייליגן דברי חיים זי"ע, און צו זיין מוטער וואס איז געווען א טאכטער פון הגה"ח רבי ליפא מאנן זצ"ל, וואס האט געדינט אלס רב אינעם שטעטל קאוועטשהאז אין אונגארן נאכן קריג. בנוסף האט דער רבי זצ"ל געצויגן די גאלדענע גזע היחס צו נאך פילע צדיקים וקדושי עליון למעלה בקודש.בימי בחרותו האט זיך דער רבי זצ"ל משלים געווען בתורה אין די ישיבה הקדושה דסאטמאר אויף סענס סטריט, וואו ער האט קונה געווען תורה ויראה, און איז דאן געווארן מקושר צו הרה"ק מסאטמאר זי"ע צו וועם ער איז געליבן דבוק באורו ובמשנתו הטהורה.

כשהגיע לפרקו, האט דער רבי חתונה געהאט מיט די חשובע רעביצין תליט"א טאכטער פון הרה"צ רבי יחיאל מיכל ראטטענבערג זצ"ל מקאסאן זון פון כ"ק אדמו"ר רבי משה שמואל מקאסאן זצ"ל און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר רבי משה רוקח זצ"ל מקאזלאוו, נין ונכד לצדיקי בית בעלזא.

.

כל ימיו האט דער רבי ז"ל געדינט דעם אויבערשטן בהצנע לכת, און מרבה געווען בצדקה וחסד אלעס אויף א באשיידענעם פארנעם אוועק פון פרסום, אין פריוואטן לעבן איז דער רבי געווען א מסתפק במיעוט און געלעבט גאר פשוט און באשיידן אין דעם זעלבן קליינעם דירה אין וועלכן ער האט געוואינט נאך זיין חתונה.

מיט 25 יאר צוריק האט דער רבי ז"ל צוזאמען מיט זיין חשובע רעבעצין מייסד געווען דעם מאסיוון חסד אפאראט, הכנסת אורחים דברוקלין, צושטעלנדיג דירות און אכסניות פאר יעדן גאסט אדער נצרך וואס איז אנגעקומען קיין בארא פארק.


אויסער וואס דער רבי האט זיך אפגעגעבן מיט די אכסניות און די קעניגליכע מאלצייטן  וואס ווערן ברייטהארציג סערווירט בסבר פנים יפות, איז ער אליין ארומגעלאפן שאפן געלט פאר דעם צוועק, זייענדיג א ריכטיגע מוסטער פון א צאנזער אייניקל.

ביי די מסע הלוי' פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק זצ"ל, בשנת תש"פ, איז דער רבי געקרוינט געווארן אלס ממלא מקומו, אין די צאנזער ביהמ"ד אויף די אכט און פערציגסטע גאס אין בארא פארק, וואו דער רבי האט מכהן געווען באדמור"ות די לעצטע זעקס יאר על דרך אבותיו הק' מאורי דור ודור.

מיט נאנט צו צוויי יאר צוריק איז דער רבי ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה, אין די לעצטע תקופה האט זיך דער מצב פארערגערט און די חולשה האט זיך ליידער גובר געווען מיום ליום, כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו השלימה, אבער ליידער זענען די שערי רחמים געווען פארשלאסן, און דער רבי האט מחזיר געווען נשמתו הטהורה ליוצרה, ארויפקומענדיג אויסגעלייטערט און אנגעלאדנט מיט אומצאליגע מצוות ומעשה חסד בלי גבול וערך.

דער רבי ז"ל לאזט איבער א הערליכן דור בנין וחתנין רבנן, ומרביצי תורה בישראל, לשם ולתפארת האבות. די זיהן הרה"צ ר' חיים יואל הלברשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' שמחה בונם פישער שליט"א ממאטערסדארף, הרה"צ ר' יעקב הלברשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק קשאנוב שליט"א, הרה"צ ר' משה שמואל הלברשטאם שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' לייבוש איליאוויטש שליט"א משאמשאן, און הרה"צ ר' סיני הלברשטאם שליט"א איידעם ביי הגה"צ ר' נטע לאנדא שליט"א מח"ס נר יהושע. די איידימער: הרה"ג ר' משה זיינוויל ברוינשטיין שליט"א זון פון הרה"ג ר' אברהם יצחק ברוינשטיין שליט"א מרבני וויזניץ מאנסי, הרה"ג ר' אהרן ארי' לייבוש זינגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק וראש ישיבת אלכסנדר שליט"א, און הרה"צ ר' יוסף ישראל טייטלבוים שליט"א, זון פון הרה"צ ר' אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א.

באזונדער לאזט דער רבי זצ"ל איבער זיין חשובע מוטער הרבנית מצאנז ב"פ תליט"א און זיינע חשובע ברידער, כ"ק אדמו"ר מצאנז קרעניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבני תורה צאנז שליט"א, כ"ק אדמו"ר מצאנז וויליאמסבורג שליט"א, כ"ק אדמו"ר מצאנז סטראפקוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מצאנז מאנסי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מצאנז סטעטן איילענד שליט"א, כ"ק אדמו"ר מצאנז קרית יואל שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מצאנז גריבוב שליט"א. די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקאלאמייא שליט"א, הגה"צ אבד"ק ווענגרוב שליט"א, הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בארא פארק שליט"א, הגה"צ אבד"ק גלאגוב שליט"א, און הגה"צ ראש ישיבת נייטרא שליט"א. 

די לוויה קומט פאר היינט מאנטאג 10:30 ביינאכט פון בית מדרשו אויף די אכט און פערציגסטע גאס ביי די זעכצנטע עוועניו וואו עס וועלן געהערט ווערן הספדים, און פון דארט וועט די מיטה געפירט ווערן לקבורה צום בית החיים אין ניו דזשערזי וואו דער רבי וועט קומען למנוחות עולמים אין די צאנזער חלקה.וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה', אוי מי יתן לנו תמורתו.



תגובות


bottom of page