top of page


בְּכוֹר בָּנֶיךָ תִּפְדֶּה • שמחת פדיון הבן פון אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט גרויס התרגשות און שמחה של מצווה האבן אלפי חסידי בעלזא נעכטן במוצאי יום גילה מיטגעלעבט דעם פרייליכן שמחת פדיון הבן אשר לאו בכל יומא אתרחיש, די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן שטוב אין קרית מלך רב קרית בעלזא ירושלים. דער רך הנפדה איז היניק משה יהושע בן הבכור ביי הרב ישראל מנחם נחום רוקח זון פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. לקול תרועת הזמר ברוב שמחה וצה


האד' מלעלוב צוגאסט אויף שבת בקרב חסידיו אין שטאט בני ברק | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך שבת איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א געווען צוגאסט אין בני ברק בקרב חסידיו, לרגל די שבת באווארפן פון החתן א זון פונעם משמש בקודש הרה"ח ר' אהרן לוסטיג הי"ו יד ימינו פונעם רבי'ן. דער רבי האט אפגעראכטן דעם גאנצן סידורו של שבת בבית מדרשו אויף רח' אהרנוביץ וואו הונדערטער תושבי בני ברק האבן געשטראמט דורכאויס גאנץ שבת מיטצוהאלטן די געהויבענער תפילות און טישן בצילו פונעם חשובן גאסט.


האד' מתולדות אהרן וועט וויילן א פולע וואך אין בית שמש אויפצונעמען די חסידים תושבי העיר צום נייעם יאר
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש לויט דעם נייעם סדר וואס איז איינגעפירט געווארן פאריאר חודש אלול וועט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אויך דאס יאר, וויילן דורכאויס א פולע וואך אין דער שטאט בית שמש, די וואך פ' כי תבוא און אויפנעמען די טויזנטער חסידים תושבי העיר און זייערע משפחות לקראת די ימי הרחמים והרצון. אנדערש ווי אלע יארן ווען דער רבי שליט"א פלעגט פארן בערך 6-7 נעכט דורכאויס חודש אלול אויפנעמען די ציבור חסידים אין בית שמש, וואו עס איז פארהאן גאר א גרויסע מספר


מעמד נהדר אין כולל הלכות שבת שע"י כוללי יערות הדבש בראשות הגה"צ רבי משה פריש שליט"א אבד"ק יערות הדבש
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש אן ערהאבענער מעמד כבוד התורה איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אינערהאלב רשת הכוללים יערות הדבש, בראשות כ"ק הגה"צ המקובל רבי משה פריש שליט"א אבד"ק יערות הדבש, נאך וואס אריבער פערציג אינגעלייט פון כולל הלכות שבת האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ הלכות מוקצה, וואס זיי האבן דורכגעלערנט און דורכגעאקערט מיט גרויס התמדה און יגיעה אין לויף פון די לעצטע יאר און א האלב. ביים מעמד ברנה יקצורו האבן די לומדי הכולל זיך געשטעלט צום פארהער פא


דריי מיליאן דאלער אויפגעטריבן ביי פילאנטראפישע באנקעט אפצוקויפן דעם בנין גדול ומפואר פון די נייע סאטמארער מתיבתא
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום נעמען אויף מיט שמחה׳דיגע איבערראשונג די וואונדערליכע אנטוויקלונג להרחיב גבולי הקדושה, ווען די הנהלה פון די נייע מתיבתא תורה ויראה ד׳סאטמאר, ובראשם הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, זענען אריינגעשפרינגען בעזר השם אין א מולטי מיליאן דאלער אונטערנעמונג אפצוקויפן דעם הערליכן בנין גדול ומפואר פון די סאטמארער ״מתיבתא״ וואס איז סטאנציאנירט אין שטאט מאנסי. שטייענדיג נאך אינעם ערשטן יאר זינט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א


הוּא יִגְמָלְךָ כָּל טוּב: האד' מבעלזא בענטשט גומל א יאר נאכן אפעראציע
מוצאי שב"ק פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש א התרגשות'דיגע מאמענט האט זיך אפגעשפילט דעם שבת ביים ליינען בחצר הקודש בעלזא, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט גומל געבענטשט בשם ומלכות שטייענדיג גענוי א יאר פון די אפעראציע וואס דער רב שליט"א איז אריבער חודש אלול תשפ"ה. דער רב שליט"א איז אריבער די אפעראציע ממש נאנט צו די ימי הרחמים והסליחות, און עס איז נישט געווען קלאר וויפיל מען וועט האבן די זכי' מיטצוהאלטן דורכאויס די ירח האיתנים, בחסדי שמים האט זיך דער רב שליט"א למעשה ע
bottom of page
