3 מיליאן דאלער אויפגעטריבן ביי פילאנטראפישע באנקעט אפצוקויפן דעם בנין גדול ומפואר פון די נייע סאטמארער מתיבתא
- לפני 12 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום נעמען אויף מיט שמחה׳דיגע איבערראשונג די וואונדערליכע אנטוויקלונג להרחיב גבולי הקדושה, ווען די הנהלה פון די נייע מתיבתא תורה ויראה ד׳סאטמאר, ובראשם הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, זענען אריינגעשפרינגען בעזר השם אין א מולטי מיליאן דאלער אונטערנעמונג אפצוקויפן דעם הערליכן בנין גדול ומפואר פון די סאטמארער ״מתיבתא״ וואס איז סטאנציאנירט אין שטאט מאנסי.
שטייענדיג נאך אינעם ערשטן יאר זינט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א האט מייסד געווען די ישיבה, וואס שטעלט צו א מסגרת פאר די עלטערע בחורים יוצאי ישיבה גדולה, ווערט אונטערגענומען דעם פראיעקט צו ערמעגליכן דעם ״קנין הבנין״ פון מתיבתא הקדושה.
צו קענען אריינשפרינגען אין דער מאסיווער אונטערנעמונג - אפצוקויפן דעם ביז יעצטיגן בנין הישיבה וואס איז א בנין רחבת ידים אויף די קארלטאן גאס אין מאנסי, פארמאגנדיג אלע געברויכן פאר א ישיבה, מיט די דארמיטארי וכל המסתעף, איז דעם ליל שישי פארגעקומען א פרעכטיגע פילאנטראפישע באנקעט, מסיבת הוקרה ״בנין הדורות״ - אין שטוב פון הנגיד מוה״ר משה אהרן מאנן הי״ו מחשובי חסידי סאטמאר, אין זיין זומער-היים אין מאנסי, פאררופן אינאיינעם מיט ריעו ושותפו לדבר מצוה, הנגיד מוה״ר ליפא פריעדמאן הי״ו.
א מחזה הוד איז געווען צו זען ווי סאטמארער נדיבים ושועים, זייט ביי זייט מיט וועלט-בארימטע תורה-מעצענאטען ידידים און ביזנעס שותפים פון די נגידים בעלי המסיבה, האבן זיך דערביי געלאזט קאסטן קאלאסאלע פאנטאסטישע סומעס. אינצווישן זיי האבן זיך אנגעזעהן, הנגידים ר' אליעזר שיינער, ר' נחום זלמן רוקח, ר' בנימין פיליפסאן, ר' דוד געפנער, ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש און נאך נגידים ושועים.
דער אומגלויבליכער סכום פון 3 מיליאן דאלער איז געווארן אויפגעטריבן אויפ׳ן פלאץ דורך חשובע נדיבים, וועלכע האבן אונטערגעשריבן שטרות קניני זכות אויפ׳ן פלאץ, מיט די הנהלת המתיבתא און הגה״צ סיגוטער רב שליט״א, צו קענען דורכפירן משאת נפשו של צדיק כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א.
די הנהלת המתיבתא זעצט פאר ווייטער מיט׳ן גאנצן קראפט, אדורכצופירן די אונטערנעמונג בעזר השם בגאון ובעוז, צו פארפעסטיגן דעם קיום ועתיד פון די חשובע מקום תורה וואס איר וואונדער-הצלחה קלינגט אפ אין דער גאנצער וועלט.


























תגובות