top of page


ז"ך אב: הילולא קדישא פון הרה"ק מספינקא זצוק"ל ביי בנו האד' מקראלי
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש דער טאג ז"ך אב די די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מספינקא זי"ע, איז אריבער מיט גרויס התעוררות בצל הקודש פון בנו כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א. זונטאג שופטים בליל ההילולא האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די יארצייט טיש בהיכל ישיבת קראלי אין מחנה זרע אברהם אין סאוט פאולסבורג. אויפצומארגנס אין די פארמיטאג שעהן איז דער רבי ארויף צום ציון הק' אין ניו דזשערזי בראש קהל חסידיו, און שפעטער פארנאכטס איז פארגעקומען די צענטראלער סעודת


יהדות לאנדאן גרייט זיך מקבל פנים צו זיין הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי לאנדאן און במיוחד די פילצאליגע תלמידים און יוצאים פון די בארימטע סלאבאדקע ישיבה, גרייטן זיך מיט התרגשות צו מקבל פנים זיין בהדרת כבוד דעם חשובן גאסט פון ארץ ישראל, הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, און פון די פירנדע מנהיגים פונעם עולם התורה בארץ הקודש. דער ראש ישיבה שליט"א וועט אנקומען קיין ענגלאנד די קומענדיגע וואך זונטאג, צו באשיינען א רייע כינוסים און מעמדים לטובת די סלאבאדקע ישיבה, באזונדער ווע


אוהל הק' פון הרה"ק רבי צבי הירש מלומאזש זיע"א אין ווארשא פראכטפול באנייט צום הונדערטסטע יארצייט
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש גרויס התרגשות און קורת רוח הערשט ביי פילע חסידים ואנשי מעשה און ביי חסידי גור בפרט, ווען אין די יעצטיגע טעג איז פראכטפול באנייט געווארן דער אוהל הקדוש אויפן ציון פון הרה"ק רבי צבי הירש מלומאזש זיע"א, אין דעם גרויסן גענשא בית החיים אין ווארשא, אפצייכנענדיג גאנצע הונדערט יאר זינט זיין הסתלקות לגנזי מרומים ביום ג' אלול תרפ"ו. דער בעל ההילולא הרה"ק רבי צבי הירש מארגענשטערן מלומאזש זיע"א, פון די געהויבענע צדיקי דורו אין פוילן, איז


אל המנוחה ואל הנחלה: יום טוב'דיגע טאג אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים מיט'ן חנוכת הבית פארן נייעם ביהמ"ד
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער מיט טיפע הרגשים פון שבח והודאה להשי"ת, האבן חסידי מאחנובקא בעלזא תושבי עיר הקודש ירושלים געפייערט די מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פארן נייעם בית המדרש הגדול מאחנובקא בעלזא אויף די עלי הכהן גאס בעיר השם שמה. דאס קומט נאך א לאנגע תקופה וואס די קהילה האט געוואנדעט צווישן פארשידענע לאקאלן, איז מען ענדליך געקומען אל המנוחה ואל הנחלה אינעם נייעם ביהמ"ד מפואר וואס איז אהערגעשטעלט געווארן אלס א הערלי


ווידיאו • מעמד הנחת אבן הפינה פארן בנין החדש 'שפע יואל' אין מחנה רב טוב סאטמאר
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


הילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד צבי שלמה מלעלוב זי"ע ביי נכדו האד' מלעלוב
דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN דעם מאנטאג נאכט ליל ה' אלול איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקע אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור לכבוד הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק ר' דוד צבי שלמה פון לעלוב זי"ע בהיכל בית מדרשו אין בארא פארק. נאך מעריב אין בית המדרש האבן זיך די חסידים געוואשן צום סעודת הילולא און מסיבת מרעים, און שפעטער ארום 10:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ''ד, וואו ער האט זיך געוואשן צו די סעודה און מעריך
bottom of page
