top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות לאנדאן גרייט זיך מקבל פנים צו זיין הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע

  • לפני 22 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

תושבי לאנדאן און במיוחד די פילצאליגע תלמידים און יוצאים פון די בארימטע סלאבאדקע ישיבה,  גרייטן זיך מיט התרגשות צו מקבל פנים זיין בהדרת כבוד דעם חשובן גאסט פון ארץ ישראל, הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, און פון די פירנדע מנהיגים פונעם עולם התורה בארץ הקודש.

דער ראש ישיבה שליט"א וועט אנקומען קיין ענגלאנד די קומענדיגע וואך זונטאג, צו באשיינען א רייע כינוסים און מעמדים לטובת די סלאבאדקע ישיבה, באזונדער וועט דער ראש ישיבה אויסנוצן די געלעגנהייט און אויפטרעטן מיט א רייע שיעורים בהיכלי הישיבות והכוללים לענגאויס די שטאט.זונטאג אוונט וועט דער ראש הישיבה שליט"א אנקומען צו די סטעמפארד הילל געגענט וואו עס וועט פארקומען זמני כניסה, נאכגעפאלגט מיט א מסיבה מפוארה פאר געלאדענטע נדיבים בעם אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יעקב דרייפוס הי"ו.

באזונדער וועט אפגעהאלטן ווערן א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם אורח הדגול, וואו תושבי העיר פון אלע געגענטער וועלן ארויסצייגן דעם כבוד התורה מיט אירע שענסטע קאלירן.

דורכאויס מאנטאג וועלן פארקומען עטליכע באנקעטן לטובת הישיבה בבתי נדיבים בעם אין די גאלדערס גרין געגענט, און אויפצומארגנס דינסטאג וועט זיך דער ראש הישיבה אומקערן למעון תורתו אין בני ברק.

תגובות


bottom of page