top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד צבי שלמה מלעלוב זי"ע ביי נכדו האד' מלעלוב

  • לפני 43 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN

דעם מאנטאג נאכט ליל ה' אלול איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקע אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור לכבוד הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק ר' דוד צבי שלמה פון לעלוב זי"ע בהיכל בית מדרשו אין בארא פארק. נאך מעריב אין בית המדרש האבן זיך די חסידים געוואשן צום סעודת הילולא און מסיבת מרעים, און שפעטער ארום 10:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ''ד, וואו ער האט זיך געוואשן צו די סעודה און מעריך געווען דעם שולחן הטהור מיט גרויס התלהבות.


דער טיש איז געווארן מיטגעהאלטן דורך א גרויסן ציבור חסידים ומעריצים וועלכע האבן מיט דורשט געשלינגען די לענגערע דברות קודש, עובדות און סיפורים וואס דער רבי שליט"א האט דערציילט, ווען לפניה ולאחריה האט מען געזונגען ווארעמע ניגוני התעוררות וואס מען פלעג זינגען ביומא דהילולא דצדיקאי אין לעלוב.



תגובות


bottom of page