הוּא יִגְמָלְךָ כָּל טוּב: האד' מבעלזא בענטשט גומל א יאר נאכן אפעראציע
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שב"ק פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א התרגשות'דיגע מאמענט האט זיך אפגעשפילט דעם שבת ביים ליינען בחצר הקודש בעלזא, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט גומל געבענטשט בשם ומלכות שטייענדיג גענוי א יאר פון די אפעראציע וואס דער רב שליט"א איז אריבער חודש אלול תשפ"ה.
דער רב שליט"א איז אריבער די אפעראציע ממש נאנט צו די ימי הרחמים והסליחות, און עס איז נישט געווען קלאר וויפיל מען וועט האבן די זכי' מיטצוהאלטן דורכאויס די ירח האיתנים, בחסדי שמים האט זיך דער רב שליט"א למעשה ערהוילט שנעלער ווי געראכטן און ב"ה אריינגעקומען צו אלע תפילות און טישן העכער אלע ערווארטונענג בס"ד און אדאנק די אומאויפהערליכע תפילות פון די חסידים.
דעם שבת לתפוקת השנה, האט רב שליט"א כמדי שבת בשבתו עולה געווען לתורה די עליה פון שישי, און נאכן עולה זיין געזאגט די ברכה פון הגומל בשם ומלכות, ויעבור הרנה במחנה, ווען דער ציבור חסידים זקנים עם נערים האט לעומתו געענטפערט מיט אומגעהויערע שמחה דקדושה מי שגמלך כל טוב, הוא יגמלך כל טוב סלה, מיט א תפילה ובקשה אז דער רב שליט"א זאל נאך לאנגע יארן קענען משפיע זיין פאר עדת צאן מרעיתו וכל בית ישראל.
אין אנדערע נייעס האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א דעם ערב שבת געצינדן א ליכט, נאכפאלגנדיג די אסיפת קודש די וואך, ביי וועלכן עס איז פראקלאמירט געווארן די נייע תקנת הקודש פאר חסידי בעלזא די בכל אתר ואתר צו מוסיף זיין נאך א ליכטעלע יעדן שבת און יום טוב, אינזין צו האבן פארוואגלטע אידישע נשמות וועלכע זענען ליידער דערווייטערט געווארן פון אידישקייט, זיי זאלן זוכה זיין זיך אומצוקערן לאבינו שבשמים.
באזונדער איז אינעם גרויסן שטוב געווען קענטיג די עקסטערע ליכטל וואס הרבנית הצדקנית מבעלזא תליט"א האט געצינדן אין צוגאב צו די נרות שבת לזכותם פון די פארבלאנדזשעטע נשמות זיי זאלן זיך צוריקקערן צום טאטן אין הימל.





תגובות