top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד נהדר אין כולל הלכות שבת שע"י כוללי יערות הדבש בראשות הגה"צ רבי משה פריש שליט"א אבד"ק יערות הדבש

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

אן ערהאבענער מעמד כבוד התורה איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך אינערהאלב רשת הכוללים יערות הדבש, בראשות כ"ק הגה"צ המקובל רבי משה פריש שליט"א אבד"ק יערות הדבש, נאך וואס אריבער פערציג אינגעלייט פון כולל הלכות שבת האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ הלכות מוקצה, וואס זיי האבן דורכגעלערנט און דורכגעאקערט מיט גרויס התמדה און יגיעה אין לויף פון די לעצטע יאר און א האלב.


ביים מעמד ברנה יקצורו האבן די לומדי הכולל זיך געשטעלט צום פארהער פארנט פון גדולי הרבנים, הגה"צ ר' ברוך יודא היימליך שליט"א מדייני תולדות אהרן, הגה"צ ר' אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעש"ט אין פתח תקוה, און הגה"צ ר' חיים שמערלער שליט"א רב ביהמ"ד היכל צבי דחסידי צאנז אין ירושלים.


ביים פארהער וואס האט געדויערט איבער א שעה האבן די לומדי הכולל ארויסגעוויזן זייערע הפלא'דיגע ידיעות אין גאנץ הלכות מוקצה, מיט א מורא'דיגע קלארקייט בעיון רב, יעדע שערי ציון און יעדע ביאור הלכה, ווען די גדולי הרבנים זענען נבהל ונשתומם פון די קלארע ידיעות.


עס האט נאכגעפאלגט מיט א רייכע סעודה לגומרה של תורה, און א מעמד יומא טבא לרבנן, עטליכע אינגעלייט האבן אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין לכבודה של תורה. די הויכפונקט איז געווען די דברות קודש פון הגה"צ אבד"ק יערות הדבש שליט"א וועלכער האט ארומגערעדט שיינע ענינים לרגל המאורע.



תגובות


bottom of page