top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּכוֹר בָּנֶיךָ תִּפְדֶּה • שמחת פדיון הבן פון אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

  • לפני 12 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' כי תבא • י' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מיט גרויס התרגשות און שמחה של מצווה האבן אלפי חסידי בעלזא נעכטן במוצאי יום גילה מיטגעלעבט דעם פרייליכן שמחת פדיון הבן אשר לאו בכל יומא אתרחיש, די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן שטוב אין קרית מלך רב קרית בעלזא ירושלים. דער רך הנפדה איז היניק משה יהושע בן הבכור ביי הרב ישראל מנחם נחום רוקח זון פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.


לקול תרועת הזמר ברוב שמחה וצהלה האט מען מקבל געווען פני קדשו פונעם ראש בית אב דער רב שליט"א ביים ערשיינען בראש המסובים, און דער גאנצע ציבור האט אויסגעבראכן אין א געזאנג מיטן ניגון קול רינה וישועה באהלי צדיקים, דער רב שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת המצוה, און גלייך דערנאך איז מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט פון די נאכט, דער סדר הפדיון, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט אלע מנהגים און דקדוקים בבית בעלזא.


אלס כהנים הפודים האבן געדינט דריי אנשים חשובים קרובי המשפחה, הלא המה הגה"צ רבי שמאי קהת גראס שליט"א חבר בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא וועלכע איז געווען א פעטער ביי די שמחה, דער פעטער הגאון רבי שמואל מרדכי זעלפריינד שליט"א דומ"ץ בעלזא אין אשדוד איידעם ביים זיידן הגה"צ רבי חיים דוד שובאקס שליט"א, און שאר בשרו הגאון רבי ישראל דוד אולמאן שליט"א דיין און משפיע אין ביהמ"ד בית שלמה זלמן דחסידי בעלזא אין אשדוד וואו דער אבי הבן ציילט זיך צווישן די מתפללי הביהמ"ד.


נאכן פודה זיין כדת וכדין האט דער רב שליט"א געבענטשט דעם רך הנפדה, און די דריי כהנים האבן געוואנטשן מיט דעם נוסח המקובל, דערביי האט דער רב געוואנטשן מזל טוב פארן בעל שמחה זיידעס און א ברכה מיוחדת פאר די כהנים הפודים.


בין גברא לגברא בשעתן אויפגעגעבן די מאכלים האט מען געזינגען די זמירות מלוה מלכה און פילע ניגוני שבח והודאה, און דער רב שליט"א האט געוואנטשן לחיים לכל הקהל הקודש.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער זיידע הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, און מיט די שבע ברכות לרגל עטליכע חתנים זענען מכובד געווארן די חשובע זיידעס פונעם רך הנפדה: הגה"צ רבי חיים דוד שובאקס שליט"א חבר בד"ץ מחזיקי הדת, און זיין איידעם הרה"ג ר' אהרן בריעף שליט"א, דער כהן הפודה הגה"צ רבי שמאי גראס שליט"א, כ"ק אדמו"ר משאץ ירושלים שליט"א, הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, און מיט ברכה אחריתא הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וחתן מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, במשך די מעמד האט זיך אויך אנגעזען אויפן אויבן אן דער פעטער הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ.


עס איז שוין געווען נאנט צו צוויי אזייגער ביינאכט, נאכן בענטשן ווען דער גאנצר ציבור האט ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א מיט פרייליכע ניגוני שמחה והודאה.



תגובות


bottom of page